top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קלארע און אויפריכטיגע דיבורים פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א נאל געווינס פון ערוועלטע ניו יארקע מעיאר "מאמדאני"

  • sfbechatzros
  • לפני 25 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, האט נעכטן אין זיין וועכנטליכע שיעור אויף די ענגלישע שפראך, אדרעסירט מיט קלארע און שטייפע דיבורים ספעציעל פאר די אידן אין ניו יארק, די שטורמישע תקופה מיטן נייעם אריינגעוועלטער מעיאר "מאמדאני", זייענדיג דער ערשטער מוסלעמענער מעיאר אין די ניו יארק'ע היסטאריע.


דער גאון שליט"א האט זיך באצויגן כלפי דאס וואס ער האט געהערט נאכזאגן אז חרד'ישע אידן אין ניו יארק זענען אנגעצויגן איבער זייער וואוילזיין פאר די קומענדיגע פיר יאר בעת ווען דער מוסלעמענער מעיאר וועט זיצן אויף זיין אמט, אויס מורא אז ער וועט נישט זיין אזוי גוט פאר די אידישע באפעלקערונג, ובפרט ווען דער ערוועלטער קאנדידאט האט אינעם עבר שוין גערעדט פארשידענע אויסדרוקן וועלכע איז נישט אזוי איינשטימינג צו די פרידליכקייט פון די אידישע איינוואוינער אין ניו יארק. דער גאון שליט"א האט אבער ארויסגעברענגט אז מען טאר חלילה נישט דאגה'נען, דער אייבערשטער וועט אונז באהיטן, דער אייבערשטער איז מיט אונז, און דער גוי קען אונז קיין שלעכטס נישט טוהן.


צווישן די ווערטער, האט דער פוסק הדור שליט"א ציטירט בשם הגאון האדיר רבי חיים בריסקער זי"ע, וואס ער האט געזאגט אין א געלעגנהייט, אז ווען ער גייט אויף די גאס און ער טרעפט אן א גוי אים אקעגן קומען, איז ברור אז דער גוי וואלט אים יעצט געוואלט חלילה הרג'נען, ווייל עשו שונא ליעקב, אבער פארוואס טאקע הרג'עט אים נישט דער גוי, ווייל דער אייבערשטער האט אים פשוט געמאכט פויל!


האט דער גאון אויסגעפירט, די זעלבע זאך דארפן מיר צו וויסן און כסדר חזר'ן, מיר האבן נישט פון וואס מורא צו האבן, מען דארף זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן, דער אייבערשטער זארגט זיך שוין פאר אונז, אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר!


bottom of page