מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי סטריקוב אין בית שמש אין שפיץ פון האד' מסטריקוב
- sfbechatzros
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארגאנגענעם וואך מיטוואך איז אין דער שטאט בית שמש אפגעראכטן געווארן די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן צום ביהמ"ד אשל אברהם דחסידי סטריקוב אין שכונת קנה בושם אין בית שמש, נדבת משפחת דימינסקי, דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וועלכער האט באגלייט די תהלוכת הספר און דערנאך געפראוועט די הקפות אין ביהמ"ד און פארגעזאגט די מזמורים כנהוג.
שפעטער באנאכט איז פארגעקומען די סעודת מצוה לגומרה של תורה אין ביהמ"ד וועלכע האט פושט ולובש צורה געווען. די רבי שליט"א האט ווייטער מפאר געווען בראש המסובים ביים סעודה און משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע, ולכבוד העם הנאספים.
















