top of page
הכנה דרבה בחצה"ק סאטמאר צו היסטארישע חתונה פון ערשטע אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סאטמאר רוישן ברגשי שמחה צו די היסטארישע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס וועט פארקומען דעם ליל שישי וישלח הבעל"ט, וחסידים ברנה יגילו אויף א געהויבענעם שטייגער. ווי באריכטעט וועט די גיגאנטישער גרינהאז פעסטונג אין די נעווי יארד דינען אלס אכסניא פאר די חתונה הגדולה צו אקאמאדירן די רבבות חסידים וואס זענען ערווארטעט ביי די שמחה. די ריזן פעסטונג ווערט אויסגעשטעלט מיט מאקסימום פערצן שטאקיגע פארענ


חסידי ערלוי באוויינען פריצייטיגע הסתלקות פון הגה“צ חסידא ופרישא רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער איז יעצט פארשפרייט געווארן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק מפורסם, חסידא ופרישא, הגה"צ רבי יעקב סופר אבד"ק ערלוי אין ביתר, זכר צדיק לברכה וועלכע איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר, לדאבון לב כל בית ישראל. דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תש"ח אלס דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצוק"ל אין ערלוי - אונגארן, וואו זיין גרויסן פאט


דבר נאה ומתקיים: שמחת התנאים פון הכלה בתו הצעירה פון האד' מסטאניסלאוו מיט החתן אייניקל פון האד' מלעלוב
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די כלה יונגסטער קינד ביי כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון מאנסי, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טענקא ירושלים זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אהרן שלום פריעדמאן שליט"א רב חסידי לעלוב אין רמה ד' בית שמש, זון פון הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון 20 עישעל אין מאנסי.


ביקורי הוד פון האד' מסאטמאר בבתי אדמור"י ורבני עיר בני ברק | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דורכאויס די וואך וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געוויילט אין שטאט בני ברק איז די רבי ערשינען אויף ביקורי נימוסין בבתי האדמור"ים אין שטאט. מאנטאג איבערן טאג האט די רבי באזוכט ביי די רבני העיר הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא און הגה"צ רבי שבח צבי ראזנבלאט שליט"א, שפעטער אין טאג האט די רבי באזוכט ביי די גדולי הפוסקים אין שטאט, הגאון הגדול רבי משה שאול קליין רב שכונת אור החיים, הגאון הגדול רבי יעקב


לעשות את השבת: האד' מבית יצחק ספינקא וועט מיטהאלטן שבת פר' וישב בצ"ק פון האד' מסקווירא
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן אז קומענדיגן שבת פרשת וישב לסדר "אלה תולדות יעקב יוסף" וועט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מיטהאלטן דעם שבת עילאה בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין שיכון סקווירא. דער קשר אמיץ וחזק גייט נאך צוריק מבית אבא, ווען הרה"ק מספינקא זי"ע איז געוען שטארק אדוק ומקושר מיט מחותנו הרה"ק מסקווירא זי"ע, און פלעגט אויך שפעטער מיטהאלטן ווייטער די לעכטיגע שבתים וואס די סקווירא רבי שליט


הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א חדב"נ האד' מבאבוב געקרוינט אלס דומ"ץ באבוב לינדען ביי מעמד הכתרה בקרב העיר
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות איז נעכטן זונטאג פארגעקומען די געהויבענע און היסטארישע מעמד הכתרה בחצר הקודש באבוב ווען כ”ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט ממנה געווען חתנו חביבו הגה"צ ר' יחזקאל ליפשיץ שליט"א אלס דומ"ץ באבוב לינדען צו שטיין אין שפיץ פון די קהילה והמוסדות דקהל דברי שלמה באבוב לינדען. ביים מעמד זענען זיך צונויפגעקומען די הונדערטער תושבי העיר אינאיינעם מיט נאך פילע עלטערן פון די תושבים. דערביי איז געגעבן געווארן א געלעגענהייט פארן ציב


הערליכע לעלובער חתונה געפראוועט אין עיר הבירה לאנדאן
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ, JDN לעלובער חסידים אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיטגעהאלטן געהויבענע טעג בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל, די כלה תחי' א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' פנחס נפתלי ענגלענדער שליט''א רב ביהמ"ד קדושת שמעון לעלוב אין לאנדאן, מיט די חתן אן אייניקל פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א. דאנערשטאג ח


התרגשות אין קארלין סטאלין: קומענדיגער חתונה בחצר הקודש וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד הגדול
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש קארלין סטאלין גרייט מען זיך מיט געהויבענע געפילן צום שמחה אינעם רבינס הויף ווען עס וועט צום ערשטן מאל בקורות ימי החסידות געפראוועט ווערן א חתונה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש קארלין סטאלין אין קרית מלך רב, גבעת זאב. די רעדע איז פון די חתונה פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה וויליגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' לייבל וויליגער שליט"א ר"ם במתיבתא תורה ודעת, מיט די כלה א


ביקור גומלין: שיינעם באזוך פון האד' מסקווירא אין אכסניא פון גיסו האד' מוויזניץ אין שיכון סקווירא
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, JDN פארלאפענעם דינסטאג נאכט אויפצומארגנס פון די חתונה הגדולה בחצרות סקווירא - וויזניץ איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעקומען אויף ביקור גומלין ביים שוואגער און מחותן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין די אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד רבי אביגדור עסטרייכער הי"ו ראש הקהל סקווירא, וואו עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס איבער פארשידענע אינטערסאנטע ענינים, צווישן זיי זכרונות פון די פריערדיגע נסיעות


בדרכי אבותינו: גייסטרייכע נסיעה בראשות האד' מנדבורנא ירושלים צום עיר האבות חברון מיט שותפי המוסדות
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א אונטערגענומען א נסיעה רוממה צום עיר האבות חברון, אלס א השלמה צום מסע המרומם צום עיר האבות בישטינא אין אוקריינע בראשות פונעם רבי'ן אין די פארלאפענע ימי הסליחות. די יעצטיגער נסיעה געווען געווידמעט פאר די יונגעלייט חברי קהילה קדושה נדבורנא ירושלים, שותפים אין די מוסדות הקדושים וואס האבן נישט געקענט טיילנעמען אין די נסיעה קיין בישטינא צוליב די פרישע סאנקציעס דורך די מדינת ישראל


בארא פארק: התרגשות'דיגע שמחת החתונה פארגעקומען אין ספינקא הויף
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש ספינקא חסידים זענען נאך אונטערן טיפן רושם פון די התרגשות'דיגע שמחת החתונה פון אן איניקיל ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א החתן בנו בכורו פונעם רבינס זוהן הגה"צ רבי מאיר יצחק אייזיק ווייס אבד"ק ספינקא לעיקוואד חתן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ רבי חיים אריה שפיץ שליט"א ראש ישיבת ווילרייק אנטווערפען חתן הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען. די גרויסע שמחת החתונה איז פארגעקומען פארלאפענע


פְּאַת רֹאשְׁכֶם • שמחת החאלאקע פון אור אייניקל ביי האד' מטשארנאביל אין אתרא קדישא מירון
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון, לרגל די שמחת החאלאקע פון א אור אייניקל, אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ ר' שמואל משה טווערסקי אבד"ק טשארנאביל, א זון פון זיין איידעם הרב יהודה ארנסטר, אור אייניקל פון הגה"צ רבי זאב ארנסטר אבד"ק מאור חיים ירושלים, די שמחה איז פארגעקומען אויפן דאך פונעם ציון הק', וואו דער רבי האט אפגעשוירן דאס קינד און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו מען האט געזינגען נ


עיני ראו ולא זר: שארפע ארויסטריט פון האד' מסאטמאר אקעגן דאס שיקן בחורים לערנען אין ארץ ישראל
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען צום שטאט בארא פארק צו באשיינען די יערליכער דינער השנתי לטובת די סאטמארע מוסדות אין בארא פארק, וואס עס איז פארגעקומען אין די "עטרת חי'" זאל, בהשתתפות אלפי תושבי העיר והורי המוסדות. דער מעמד איז געווען דער ערשטער מעמד ווי דער רבי איז ערשינען נאכן זיך צוריקקערן פון די געהויבענע מסע הקודש קיין ארה"ק, ווי דער רבי האט געוויילט במשך די לעצטע צוויי וואכן, און בעת די דברות קודש האט ד


בית צדיקים יעמוד: טויזנטער חסידי סקווירא און וויזניץ מיטגעהאלטן פרייליכע שמחת נישואין אין שיכון סקווירא
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, ניסן ב., JDN טויזענטער חסידים האבן זיך פאריגן דינסטאג נאכט מיטגעפריידט ביי די גרויסע רבישע חתונה בחצרות הקודש סקווירא און וויזניץ, שמחת החתונה פון די כלה בת זקונים פון הרה"צ ר' יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא און איידעם ביי מרן אדמו"ר מויזניץ, מיט די חתן אן אייניקל פון הגה"צ ר' אברהם משה גראס אב"ד קערעסטיר בערבעשט איידעם פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, א זון פון זיין זון הרב דוד גראס ראה"כ סקווירא א


רבבות אידן פראווען יארצייט פון הייליגן "בת עין זי"ע בצל המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך נעכטן מוצאי שבת צוזאמגעקומען ביי די גרויסע התוועדות און סעודה רבתי לקראת די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי אברהם דב מאווריטש זי"ע בעל ה"בת עין", וועלכער ליגט אויפן אור אלטן בית החיים אין עיר הקודש צפת, במקום אשר ישועות בו מקיפות. דער גרויסער צוזאמקום ווערט אנגעפירט יאר יערליך דורכ'ן וועלט בארימטן משפיע הגאון הצדיק רבי אלימלך בידערמאן שליט"א פון לעלוב, וועל


שעות פון שמחה והודאה ביי חתונה הגדולה פון נכדת האד' מתולדות אברהם יצחק נאך שווערע מיטמאכעניש אין מצב בריאותו
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות איז אין דער שטאט ביתר אפגעראכטן געווארן די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די כלה תחי' א טאכטער פון בנו חביבו הגה"צ רבי ישראל קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק איידעם ביי הגה"צ רבי דוד שווימער דומ"ץ וויזניץ בית שמש, מיט די חתן א זון פון הרב נפתלי שטיין שליט"א, זון פון הגה"צ ר' דוד שלמה שטיין שליט"א ראה"כ ספינקא ואבד"ק פאלטישאן וו


שיינעם באזוך פון האד' מסאטמאר ביי גיסו האד' מוויזניץ אין בני ברק
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דעם דינסטאג איבערן טאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אויף ביקורי נימוסין בבתי האדמור"ים אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק. צום ערשט איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אנקומענדיג האבן די הונדערטער ילדי החמד פון די וויזניצער תלמוד תורה און די תלמידי הישיבה ישועות משה וויזניץ מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול בשירה וזמרה. ביים באזוך אינעווייניג זענען גע


שידוך שליסן אין הויפן פון פינסק קארלין - סטראפקוב - ראדאמישלא - לעלוב
מוצאי שב"ק פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איציק ו. א שיינעם שידוך איז געשלאסן געווארן פאריגע וואך העעל"ו פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, עלטסטער זון פון זיין זון הרה"צ רבי מנחם מענדל ראזענפעלד שליט"א איידעם פון הגה"צ רבי יעקב אלי' האראנטשיק האדמו"ר מלעלוב הר יונה, מיט די כלה א טאכטער פון המנוח הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד האלפערין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות בנו הגדול פון כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א


מסע המרומם פון האד' מסאטמאר קיין ארה"ק: כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג פ' ויצא נאכמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש דאנערשטאג פ' ויצא פארמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש דאנערשטאג פ' ויצא פארמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש ביים אנקומען אינעם לוד לופטפעלד ווי דעם רבינס פליגער האט זיך געהויבן קיין גריכנלאנד, אויף א קורצן אפשטעל אונטערוועגנס קיין ניו יארק. דאנערשטאג פ' ויצא פארמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש ביים מעמד צאתכם לשלום, אינאיינעם מיטן מעמד סיום חצי ש"ס במסגר הלימוד יסודי התורה


האד' מסאדיגורא ערווארטעט צוגאסט אין ניו יארק; שבתא דריגלא פאר עדת חסידי סאדיגורא אין לעיקוואד
פרייטאג פ' ויצא • ח' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי סאדיגורא אין אמעריקע גרייטן זיך די טעג מקבל צו זיין פני קדשו פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס וועט בעז"ה אנקומען אויף א געהויבענע באזוך מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו דאהי אין אמעריקא, דעם קומענדיגן וואך פ' וישלח הבעל"ט. ווי באקאנט קומט דער סאדיגורער רבי שליט"א צו פארן יעדעס יאר מחזק צו זיין דעם היימישן עולם, בפרט אין לעיקוואד וואו עס איז פארהאן א שיינעם קיבוץ חסידי סאדיגורא. דעם קומענדיגן דינסטאג וועט די רבי לאנ


bottom of page

