top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנה דרבה בחצה"ק סאטמאר צו היסטארישע חתונה פון ערשטע אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 6 שעות

דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידי סאטמאר רוישן ברגשי שמחה צו די היסטארישע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס וועט פארקומען דעם ליל שישי וישלח הבעל"ט, וחסידים ברנה יגילו אויף א געהויבענעם שטייגער.


ווי באריכטעט וועט די גיגאנטישער גרינהאז פעסטונג אין די נעווי יארד דינען אלס אכסניא פאר די חתונה הגדולה צו אקאמאדירן די רבבות חסידים וואס זענען ערווארטעט ביי די שמחה. די ריזן פעסטונג ווערט אויסגעשטעלט מיט מאקסימום פערצן שטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן אז דער גאנצער ציבור זאל קענען מיטהאלטן די היסטארישע שמחת החתונה.


די התעוררותדיגע מעמד קבלת פנים וועט געפראוועט ווערן בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף הופפער סט. אין וויליאמסבורג וואס וועט זיין אויסגעשטאט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס פאר די אלפי בחורי הישיבות הקדושות צו קענען מיטהאלטן די שעת רחמים ועת רצון ובפרט די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א לעורר זכות אבות.


בעפאר די מעמד קבלת פנים וועלן מאסן חסידים אדורכגיין לברך ולהתברך פונעם ראש בית אב דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, אינעם יום החופה, נאך תפלת מנחה בשעה 4:30 אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.


דער געהויבענע מעמד החופה וועט פארקומען אויפן פארברייטערטע שטח אויף קענט עוו. פארנט פון ביהמ"ד הגדול. נאכן חופה וועט זיין צוגעשטעלט די גרויסארטיגע סעודת החתונה אין היכל ביהמ"ד הגדול בראשות המחותנים ובראשם זיידע הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.


א פלאטע פון צענדליגער באסעס וועלן דערנאך טראנספארטירן דעם ציבור האלפים פונעם סעודת החתונה אין ביהמ"ד הגדול צו די ריקודין זאל אינעם נעווי יארד. בשעה 9:15 וועט מען אנטפאנגען דעם גרויסן עלטער זיידן דער רבי שליט"א ביים ערשיינען אינעם נעווי יארד צו די פייערליכע התרגשותדיגע טענץ.


א צאל העפטיגע פאליצייאישע זיצונגען זענען אפגעהאלטן אין לויף פון די פארגאנגענע וואכן איבער די פארצווייגטע טראפיק און טראנספארטאציע דורכאויס די חתונה הגדולה, וואו די באאמטע האבן פארשפרעכן פולסטע קאאפעראציע מיט פארברייטערטע כוחות צו פארזיכערן מאקסימאלסטע הצלחה לטובת די ריזן ציבור המשתתפים.


במיוחד קוקן די רבבות חסידים ארויס מיטצולעבן די התרגשותדיגע מצוה טאנץ פונעם גרויסן עלטער זיידע דער רבי שליט"א, אום 11:00 פונקטליך.


נאך די חתונה וועט נאכפאלגן די גרויסארטיגע "שבת שבע ברכות" בצילא דמהימנותא אין וויליאמסבורג וואו עס איז ערווארטעט טויזנטער חסידים פון אומעטום, די תפלות און טישן וועלן געפראוועט ווערן בהיכל בית המדרש הגדול דסאטמאר. דער קלימאקס פונעם שבת של שמחה וועט זיין דעם עריכת שולחן הטהור און מצוה טאנץ בליל שב"ק.


א מאסיווע אש"ל אפאראט ווערט איינגערישט צו קענען אנטפאנגן בכבוד הראוי די הונדערטער אויסלענדישע געסט צו די יומא אריכתא פון דריי ימי השמחה, דאנערשטאג פרייטאג און שבת.


אין די טעג ערשיינט א גאר רייכע "שהחיינו" קאסעטע ארויסגעגעבן דורך משוררי בית סאטמאר לכבוד החתונה הגדולה, מיט א נאסטאלגישע אוצר ניגוני סאטמאר פון אלטע ניגוני קודש, אינאיינעם מיט פרישע נגינה פארפאסט דורך הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א משב"ק, און הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page