ביקורי הוד פון האד' מסאטמאר בבתי אדמור"י ורבני עיר בני ברק | בילדער גאלעריע
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
דורכאויס די וואך וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געוויילט אין שטאט בני ברק איז די רבי ערשינען אויף ביקורי נימוסין בבתי האדמור"ים אין שטאט.
מאנטאג איבערן טאג האט די רבי באזוכט ביי די רבני העיר הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא און הגה"צ רבי שבח צבי ראזנבלאט שליט"א, שפעטער אין טאג האט די רבי באזוכט ביי די גדולי הפוסקים אין שטאט, הגאון הגדול רבי משה שאול קליין רב שכונת אור החיים, הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן רב שכונת זכרון מאיר, און הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק.
דינסטאג איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מנדבורנה שליט"א וואו די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער גודל מעלת התפילה און קדושת ארץ ישראל, די רבי'ס האבן געטרינקען לחיים און דערנאך זיך איינגעשפארט ביחידות פאר א משך זמן.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך צום שוואגער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ווי באזונדער באריכטעט.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס איבער די צדיקים הקודמים, און מ'האט זיך געוואונטשן ברכות לרוב. דערנאך האט די רבי שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א און דערנאך ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט''א וואו מען האט געשמועסט איבערן גזירת הגיוס.
פון דארט איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א אין ביהמ"ד, וואו עס איז פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע אינטערסאנטע עובדות ארום חסידים און מתנגדים, דערביי האט דער שמועס זיך פארצויגן איבער דעם שווערן גזירת גיוס וואס מען וויל ליידער פארשלעפן אזויפיל בחורים צום טריפה'נעם מיליטער, און דער סאטמארער רבי האט גאר שטארק משבח געווען כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וואס איז אן עמוד האש ההולך לפני המחנה, וואס אין די לעצטערע יארן שטעלט ער זיך ארויס בתוקף ועוז לקדש שם שמים, און שוין עטליכע מאל משמיע געווען דעם אמת לעיני כל, בלי פחד ומורא. נאכן באזוך וואס האט זיך פארצויגן ארום צוואנציג מינוט האט די סלאנימער רבי אראפבאגלייט דעם רבי'ן ביז צו דער גאס.
צום לעצט איז דער רבי שליט"א ערשינען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א מלפנים אבד"ק סאטמאר לאנדאן וואו עס האט זיך ווייטער אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות.
מיטוואך האט די רבי באזוכט ביי די אדמור"ים לבית רוזין, ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א און דערנאך ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואו די רבי'ס האבן זיך איינגעשפארט ביחידות פאר א משך זמן, און געטרינקען לחיים.


































































