top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע לעלובער חתונה געפראוועט אין עיר הבירה לאנדאן

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ, JDN

לעלובער חסידים אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיטגעהאלטן געהויבענע טעג בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל, די כלה תחי' א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' פנחס נפתלי ענגלענדער שליט''א רב ביהמ"ד קדושת שמעון לעלוב אין לאנדאן, מיט די חתן אן אייניקל פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א.


דאנערשטאג חיי שרה איז אפגעהאלטן געווארן די חתונה בהשתתפות פון הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי העיר, און נאך פילע געסט וואס זענען געקומען צופארן פון ארץ ישראל מיטצוהאלטן די שמחה ביים רבי'ן אין הויף. די חתונה איז פארגעקומען אין די זאל פון P&P, בקול צהלה ורינה וברוב פאר והדר.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע הגאון רבי שלום צבי ענגלענדער רב ביהמ"ד דביר קדשו מאחנובקא בעלזא, קריאת הכתובה די זיידע הגה"צ רבי אהרן לייב מאלאוויצקי מלעכאוויטש, די ברכות ראשונות איז צוטיילט געווארן צווישן די זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים, און די עלטער זיידע הנגיד החסיד רבי אליש ענגלענדער, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, נאך דער חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ לכבוד המאורע.


שפעטער אין אוונט איז פארגעקומען די שמחת החתונה אינעם זאל וואו די ריקודין האבן אנגעהאלטן לענגערע שעה'ן בעת די אדמורי"ם שליט"א זענען אראפ טאנצן אין צענטער פונעם זאל זייענדיג מעודד די ריקודין מיט גרויס התלהבות, בפרט טאנצנדיג אויף די פרייליכע לעלובער ניגונים. בשעת די ריקודין איז א גרויסער ציבור דורך אפגעבן מזל טוב.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די פעטער הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן אבד"ק לעלוב, די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, ברכה אחריתא די פעטער הגאון רבי יעקב יהושע ענגלענדער ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא.


דער הויכפונקט איז געווען ביים מצווה טאנץ ווען בדחנא דמלכא הרב הערשל גראס שיחי' פון אנטווערפען האט אויסגערופן כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א צו די ריקודין קדישין וואס די רבי האט אפגעראכטן מיט אן אש קודש, דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א, און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם מחול לצדיקים צווישן די צוויי זיידעס האדמורי"ם, דערנאך זענען געטאנצן די אנדערע זיידעס הרבנים שליט"א און די חשובע מחותנים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page