לעשות את השבת: האד' מבית יצחק ספינקא וועט מיטהאלטן שבת פר' וישב בצ"ק פון האד' מסקווירא
- Bechatzros admin
- 1 בדצמ׳
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן אז קומענדיגן שבת פרשת וישב לסדר "אלה תולדות יעקב יוסף" וועט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מיטהאלטן דעם שבת עילאה בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין שיכון סקווירא.
דער קשר אמיץ וחזק גייט נאך צוריק מבית אבא, ווען הרה"ק מספינקא זי"ע איז געוען שטארק אדוק ומקושר מיט מחותנו הרה"ק מסקווירא זי"ע, און פלעגט אויך שפעטער מיטהאלטן ווייטער די לעכטיגע שבתים וואס די סקווירא רבי שליט"א פלעגט מדי שנה בשנה פראווען אין שטאט וויליאמסבורג.
אט דער קשר האלט אן ביי די קינדער האדמורי"ם לבית ספינקא, ובפרט ביי בנו האדמו"ר מבית יצחק ספינקא, וועלכער קומט כסדר ארויס קיין סקווירא מיטהאלטן זמנים לששון ביי וואכענדיגע טישן ויומי דפגרא, אנהאלטנדיג דאס התקשרות ביתר שאת ועוז, און אצינד, נאך א לענגערע צייט משתוקק זיין דערויף, וועט דער ספינקער רבי מיטהאלטן דעם קומענדיגן שבת וישב אין שיכון סקווירא.
דער רבי שליט"א וועט קומען צו פארן אין באגלייטונג פון בניו הגאוה"צ שליט"א און אן עדה חסידים וואס וועלן אינאיינעם מיטהאלטן דעם שבת קדישא. די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון המחנך הדגול הרב אלעזר יונה זילבערמאן, און די תפלות און טישן וועט דער ספינקער רבי אלעס מיטהאלטן בצל הקודש פונעם סקווערער רבי'ן.







תגובות