חסידי ערלוי באוויינען פריצייטיגע הסתלקות פון הגה“צ חסידא ופרישא רבי יעקב סופר זצ"ל אבד"ק ערלוי ביתר
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טרויער איז יעצט פארשפרייט געווארן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק מפורסם, חסידא ופרישא, הגה"צ רבי יעקב סופר אבד"ק ערלוי אין ביתר, זכר צדיק לברכה וועלכע איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר, לדאבון לב כל בית ישראל.
דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תש"ח אלס דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצוק"ל אין ערלוי - אונגארן, וואו זיין גרויסן פאטער האט דאן געדינט אלס רב און ראש הישיבה נאכן ביטערן חורבן אייראפע. חודש אלול תש"י איז ער צוזאמען מיט זיינע עלטערן ארויף קיין ארץ הקודש, וואו זיין פאטער האט שפעטער איבערגעפלאנצט די ישיבה און חצר הקודש אין שכונת קטמון אין ירושלים.
דער רב זצ"ל איז בשנות נעוריו געווען באקאנט מיט זיין גאונות, צדקות און פשטות, ער איז געווען גאר שטארק באליבט ביי זיין גרויסן פאטער דער אמרי סופר וואס פלעגט שטענדיג רעדן פון דעם זון גדולות ונצורות.
נאך זיין חתונה מיט די רעבעצין תליט"א, א טאכטער פון הגה"צ רבי מרדכי דאווידאוויטש זצ"ל רב פון בית מאיר, איז ער ווייטער געווען סמוך לשולחן אביו, וואוינענדיג אין קטמון, וידו לא משה מתוך ידו. דארט אין קטמון איז ער נתעלה געווארן בתורה והוראה, ווי ער האט געדינט אלס די רב און מורה צדק אין די קהילה, להורות דבר השם לכל דורש ומבקש, אויך פלעגט ער איבערגעבן שיעורים תמידין כסדרן פאר די בחורי חמד אין די ערלויער ישיבה.
פאר איבער דרייסיג יאר איז דער רב זצ"ל געשטאנען בראש פון קהילת ערלוי אין ביתר. הערשט אין יאר תשס"ג האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין ביתר, וואו ער איז עמטליך אויפגענומען געווארן צו דינען אלס רב פון די קהילה אין ביתר, וואס איז כיום די גרעסטע קהילה פון ערלוי איבער דער וועלט, און ציילט הונדערטער משפחות, עטליכע בתי מדרשים און מוסדות התורה והחינוך לשם ולתפארת.
די רב איז געווען שטארק נערץ לשם ולתהלה ביי אלע תושבי העיר, און ובפרט בקרב בני קהילתו אין ביתר, וועלכע זענען געווען מקושר צו איהם מיט א קשר אמיץ, און האבן נהנה געווען מאורו הבהיר, בתורה חסידות ועבודת השם, באזונדער איז ער געווען א מעתיק השמועה און דולה ומשקה מתורת אבותיו ורבותיו די צדיקי בית הסופרים.
נאכן פטירה פון זיין גרויסן פאטער בשנת תשע"ו, האט ער ממשיך געווען צו שטיין אין שפיץ פון די קהילה ביד רמה, און פלעגט אפט קומען צו פארן זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו פון זיין עלטערן ברודער כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א מיט א זעלטענע התבטלות און הכנעה.
די לעצטע פאר יאר איז ער ליידער זייער נישט געזונט געווען, און האט זיך געמוטשעט ל"ע מיט שווערע יסורים, אבער ער האט ווייטער ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקודש און אנגעפירט זיין קהילה במסירות נפש כפי יכלתו.
די לעצטע תקופה האט זיך זיין מצב פארערגערט ביז היינט אויפדערנאכט ווען ער האט צוריקגעגעבן נשמתו הטהורה ליוצרה, איבערלאזנדיג א הערליכע דור ישרים מבורך, בנין וחתנין רבנן, זיינע צוויי זון הרה"צ רבי מרדכי יהודה סופר שליט"א ר"מ בישיבת ערלוי איידעם פון הגה"צ רבי יוסף יצחק דויטש האדמו"ר משעדליץ, און הרה"צ רבי משה סופר שליט"א.
זיינע חשובע איידעמער כ"ק אדמו"ר מאונגוואר מודיעין עילית שליט"א, הרה"צ רבי מרדכי זאב לייפער שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא באניא שליט"א, הרה"ג ר' דוד ראבינאוויטש שליט"א, און הרה"ג ר' שאול ירמיהו געלבמאן שליט"א.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.



