top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות אידן פראווען יארצייט פון הייליגן "בת עין זי"ע בצל המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב

  • Bechatzros admin
  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך נעכטן מוצאי שבת צוזאמגעקומען ביי די גרויסע התוועדות און סעודה רבתי לקראת די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי אברהם דב מאווריטש זי"ע בעל ה"בת עין", וועלכער ליגט אויפן אור אלטן בית החיים אין עיר הקודש צפת, במקום אשר ישועות בו מקיפות.


דער גרויסער צוזאמקום ווערט אנגעפירט יאר יערליך דורכ'ן וועלט בארימטן משפיע הגאון הצדיק רבי אלימלך בידערמאן שליט"א פון לעלוב, וועלכער האט מפרסם געוועהן אור צדקתו וקדשותו פונעם בעל ההילולא איבער די גאנצע וועלט.


היי יאר פאלט אויס די יארצייט טאג מאנטאג אויפדערנאכט ליל י"ב כסליו, און כדי נישט צו צושטערן די לימודים אין די ישיבות און כוללים איז אפגעראכטן געווארן די מעמד מוצאי שבת פריער, אין די דריי טעג פון די יארצייט, אין די גרויסער באיאנער קלויז אין עיה"ק ירושלים.


באסעס זענען ארויסגעפארן פון איבער'ן גאנצן לאנד הכל מעלין ירושלים, צו קענען מיטהאלטן דעם הייליגן מעמד התוועדות והתעוררות, וואו עס האט זיך טאקע אנגעזען א שטראם פון מאסן טויזנטער אידן זקנים עם נערים, און בפרט טויזנטער בחורי הישיבות וועלכע קוקן ארויס א גאנץ יאר צו דעם געהויבענעם נאכט, זיך אנציווארעמען בדרכי הצדיקים, און פארברענגען אינאיינעם לענגערע שעות בדברי תורה וחסידות אין א העכערע אטמאספערע.


בעפאר די מעמד איז געווען צוגעשטעלט זיך צו וואשן לכבוד מלווה מלכה, און צום באשטימטן צייט איז דער משפיע ערשינען אינעם קלויז לקול תרועת הזמר.


בראשית דבריו האט דער משפיע דערציילט ערשטהאנטיגע עובדות פון וואונדערליכע ישועות וואס אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות אותו צדיק, און בפרט דורך די באקאנטע סגולה פון צוזאגן א סעודה ביומא דהילולא דיליה, דערביי האט דער משפיע מעורר געווען איבערן פליכט צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און נפלאות ביז אהער, וואס אידן האבן געזעהן אינעם בת עין'ס יארצייט, און דערביי זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין להודות ולהלל.


באזונדער האט הרה"צ ר' אלימלך שליט"א מעורר געווען איבער ישועות וואס כלל ישראל איז געוואנדן אין דעם תקופה, דער משפיע האט אויך געבעטן פונעם ציבור מעורר צו זיין רחמי שמים פאר געוויסע יונגעלייט מבני החבורה וואס זענען מצפים לישועה, און דערביי פארגעזאגט דעם קאפיטל שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק, נאכגעפאלגט מיט ווארימע ניגונים מעורר צו זיין רחמי שמים, באגלייט מיט הארציגע דיבורים בגודל מעלת התפילה, און דברי אמונה ובטחון.


ומה נהדר היה המראה, מיטהאלטנדיג די הייליגע ריקודין פון אזויפיל טויזנטער אידן, ברשפי אש שלהבת קה מיט א גאר געהויבענעם התרוממות הנפש, אנגעפירט דורך בארימטע בעלי מנגנים אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' יעקב דאסקאל הי"ו, ווען דער משפיע איז מנצח על המלאכה און פלאמט אן די הערצער מיט זיינע הארציגע דיבורים בין גברא לגברא.


אין לויף פון דער גרויסארטיגער התוועדות האט דער חשוב'ער משפיע שליט"א משמיע געוועהן גאר שטארקע דברי חיזוק באמונה ובטחון און התעוררות אינעם ענין פון שמירת עיניים במשנתו הטהורה פונעם בעל הילולא.


במיוחד האט דער משפיע באטאנט די סיבה וואס מען האט דאס יאהר מקדים געווען די סעודת הילולא רבתי בכדי נישט צו צושטערן די סדרי הלימודים אין די ישיבות, און טאקע דערפאר ליגט א פליכט אויף די בחורים זיך מחזק זיין אינעם טאג פון די יארצייט ביתר שאת ועוז בלימוד התורה שעות ברציפות און קבלות טובות אלס א נייחא לנשמתה פונעם בעל ההילולא.


כחצות הלילה האט מען צוגעטראטן צום געהויבענעם מעמד תפילת רבים, ווען דער משפיע האט - נאך ווארימע דברי הכנה - אנגעהויבן דעם סדר אמירת סליחות און שלוש עשרה מידות בהשתפכות הנפש מיט גרויס התעוררות דקדושה, נאכגעפאלגט מיט אבינו מלכינו און קבלת עול מלכות שמים אינעם געהויבענעם עת רצון, די מעמד איז געשלאסן געווארן מיט געהויבענע טענץ 'אכן שמע אלוקים הקשיב לקול תפילתי' און נאך ניגוני שמחה, ווען צווישן אנדערע איז דער משפיע ארויס אין ריקודין מיט א חתן מבני החבורה. עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט ווען די ציבור האט זיך צושפרייט נאך די געהויבענע שעה'ן.


היינט זונטאג איז דער משפיע ארויסגעפארן קיין עיה"ק צפת, ווי ער וועט מארגן מאנטאג נאכט בליל ההילולא אפרעכטן א סעודת הילולא רבתי בהשתתפות די בני חבורות באר האמונה ותושבי העיר, אין ביהמ"ד אמשינוב אין עיה"ק צפת באתרא דמר, באגלייט מיט כלי זמר בשירה וזמרה. נאכן סעודת הילולא וועט פארקומען די מעמד עליה לציון רבתי אויפן איר אלטן בית החיים לשפוך שיח ולהוושע בכל מילי דמיטב.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page