top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א חדב"נ האד' מבאבוב געקרוינט אלס דומ"ץ באבוב לינדען ביי מעמד הכתרה בקרב העיר

  • Bechatzros admin
  • 1 בדצמ׳
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס התרגשות איז נעכטן זונטאג פארגעקומען די געהויבענע און היסטארישע מעמד הכתרה בחצר הקודש באבוב ווען כ”ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט ממנה געווען חתנו חביבו הגה"צ ר' יחזקאל ליפשיץ שליט"א אלס דומ"ץ באבוב לינדען צו שטיין אין שפיץ פון די קהילה והמוסדות דקהל דברי שלמה באבוב לינדען.

ביים מעמד זענען זיך צונויפגעקומען די הונדערטער תושבי העיר אינאיינעם מיט נאך פילע עלטערן פון די תושבים. דערביי איז געגעבן געווארן א געלעגענהייט פארן ציבור זיך אומצוקוקן ארום די פיר בניני הקהילה לענגאויס די שטאט, די צוויי בתי מדרשים, און די נייע צענטראלער בנין הביהמ"ד הגדול און די בנין המוסדות וואס זענען נאך אונטער קאנסטרוקציע.

די מעמד איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די נייע גיגאנטישע בנין המוסדות, ווי עס איז אויסגעלייגט געווארן פילע הונדערטער זיץ־פלעצער מיט פארענטשעס פאר די פילקעפיגער ציבור. צום באשטימטן צייט איז דער רועה נאמן, דער באבובער רב שליט"א, ערשינען צום מעמד לקול תרועת הזמר אינאיינעם מיט חתנו, דער דיין שליט"א, צוזאמען מיט זיינע דריי געהויבענע שוואגערס, חתני דבי נשיאה פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע.

עס האט אויפגעטרעטן מיט א ווארעמע דרשה הרה"ג ר' שלום דוד פאלגער שליט"א, מרביץ תורה בקהילת באבוב לינדען, וואס האט בנועם לשונו ארויסגעברענגט די גרויסע התרגשות ביים ציבור ווען מ'האט דערגרייכט דעם מאמענט ווען דער רב שליט"א איז ממנה א נייע דיין לשרת בקודש. דערביי האט ער ארויסגעברענגט בשבח הקהילה וואס פארמאגט צוויי שטיבלעך, מוסדות התורה, א כולל לאברכים, און א כולל בעלי בתים וואס דאס אלעס ווערט געפירט אויף א געהויבענעם חסידישן שטייגער אויף די באבובער דרך, בדרך הסלולה לנו.

דאן האט דער יושב ראש הרב חיים סענדר טווערסקי שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' יחזקאל שליט"א מיט די איינצוגס דרשה. דער ציבור האט מיט דורשט געשלינגען די דרשה הנפלאה פון די נייע דיין, וואס האט ארויסגעברענגט די עול ההנהגה פון אזא חשובע קהילה נאה וחסידה און האט אלעס תולה געווען בזכות המשלח – חותנו הגדול – און צוגעגעבן אז ער וועט זיין ווי א ידא אריכתא אויסצופירן רצון קדשו בכל הענינים.

דערנאך האט הגה"צ ר' חיים שלמה הלברשטאם שליט''א סגן דומ"ץ באבוב, פארגעליינט א מכתב ברכה פון ירושלים עיר הקודש, געשיקט דורך הגאון הגדול ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, חבר הביד"צ העדה החרדית, לרגל המאורע.

צום קלימאקס האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ”ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. דער רב האט שטארק משבח געווען די שיינע באבובער קהילה מיט אירע צוויי הונדערט משפחות אין שטאט און ווי שיין עס האט זיך צווואקסן אין די לעצטע עטליכע יאר, און דערציילט איבער די געוואלדיגע גוטע גריסן וואס מ'הערט כסדר צוריק.

דער רב האט ארומגערעדט בשבחו פון זיין איידעם די נייע דיין און ווי שטארק ער איז געווען איבערגעגעבן די לעצטע צען יאר בתוככי כולל זכרון חיים פאר יעדער יחיד פריוואט, און וועט געוויס ווייטער ממשיך זיין זיין עבודה דא אין שטאט. ער איז שוין א תקופה פארנומען מיט די עניני הכלל והפרט אין לינדען און בס"ד וועט ער ווייטער האבן הצלחה בכל מעשי ידיו להרמת קרן התורה והחסידות. צום שלוס האט דער רב אפעלירט צום ציבור און די נגידים בעם זיך אנצורופן ווארעם לטובת די מוסדות אין שטאט וואס קאסט אפ שווערע מיליאנען דאלארן, און עקסטער דערמאנט דער נחשון אין שטאט לינדען הרבני הנגיד ר' אברהם אהרן לעזער הי"ו וואס האט באלד אין אנהייב געשטיצט די קהילה מיט סכומים אדירים און מנדב געווען די חלק הארי פון ביידע שטיבלעך אין שטאט.

א מחזה הוד איז געווען תיכף נאך די דברות קודש ווען עס איז צוגעקומען צום רב שליט"א הרבני הנגיד ר' שמחה שלמה רובין הי"ו און אויפן ארט איבערגעגעבן א טשעק פון 125 טויזנט דאלאר להחזקת המוסדות, דער רב שליט"א האט איהם שיין אנגעוואונטשן — און זיך אנגערופן בלשונו: "ממנו ילמדו וכן יעשו".

צום שלוס האט הרה"ג ר' מיכאל באקאן שליט"א מרביץ תורה אין די קהילה, פארגעליינט די קאנסוס און דער רב שליט"א האט אונטערגעשריבן די כתב הכתרה, בנוסף האבן אונטערגעשריבן די חתני דבי נשיאה: הגאונים הצדיקים דומ"ץ באבוב, אבד"ק קרית באבוב און ראש ישיבת באבוב.

דער רב האט פארטיילט לחיים פאר די גרעסערע תומכים און עסקנים און דאן זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה לכבוד המאורע. דערנאך איז די גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב ביים רב שליט''א און חתנו דער נייע דיין שליט"א.



ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page