עיני ראו ולא זר: שארפע ארויסטריט פון האד' מסאטמאר אקעגן דאס שיקן בחורים לערנען אין ארץ ישראל
- Bechatzros admin
- לפני 30 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען צום שטאט בארא פארק צו באשיינען די יערליכער דינער השנתי לטובת די סאטמארע מוסדות אין בארא פארק, וואס עס איז פארגעקומען אין די "עטרת חי'" זאל, בהשתתפות אלפי תושבי העיר והורי המוסדות.
דער מעמד איז געווען דער ערשטער מעמד ווי דער רבי איז ערשינען נאכן זיך צוריקקערן פון די געהויבענע מסע הקודש קיין ארה"ק, ווי דער רבי האט געוויילט במשך די לעצטע צוויי וואכן, און בעת די דברות קודש האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט צו ברענגען דעם דבר ה' מציון אין פארשידענע פערספעקטיוון וואס איז נוגע פאר קהל עדת צאן מרעיתו.
בראש וראשון האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט מיט ווייטאג קעגן דאס שיקן בחורים לערנען אין ארץ ישראל, זאגענדיג אז זייענדיג דארט אין ארץ ישראל האט ער געזען מיט די אייגענע אויגן צוויי קעגנזייטיגע מציאות'ער, ער האט געזען אסאך 'גדולים' און אסאך 'יורדים', פון איין זייט האט ער זיך אנגעטראפן און באזוכט ביי אסאך 'גדולים' אין ארץ ישראל, רבנים וראשי הישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן, מיט וועלכע ער האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח צו רעדן מיט זיי אין לערנען.
פון די צווייטע זייט האט ער, צום באדויערן, זיך אנגעטראפן מיט אסאך 'יורדים' אין ארץ ישראל, דאס זענען די בחורים פון אמעריקא וועלכע קומען לערנען אין ארץ ישראל, אויסנוצענדיג דאס פלאץ אלס א שטח הפקר, ווי זיי דרייען זיך ארום אן א אחריות, דער רבי האט געזאגט אז עס איז אים אויסגעקומען ארומצופארן אין די ירושלימער געסערלעך אין אלע שעות פון טאג, און ער האט געזען גאנצע קבוצות פון חוץ לארץ'דיגע בחורים וועלכע דרייען זיך ארום אויף די גאסן אויף א לייכטזיניגע פארנעם, טייל פון זיי מיט די היטן, און גרויס טייל פון זיי אן די היטן, און ווער ווייסט ווי אהין זיי דרייען זיך, און וועלכע מעשים אשר לא יעשו עס ווערט אפגעטוהן.
דער רבי האט אויך ארויסגעברענגט, אז די ירושלימער געסערלעך זענען אויסגעשטעלט אויף זייער א שמאלע פארנעם, אזש אז מען קלאפט זיך ממש אן אין די קעגנקומענדיגע פיסגייער, דאס רעכנט אריין אנשים נשים וטף, און עס איז א שרעקליכע סכנה ברוחניות ווען בחורים דרייען זיך ארום הפקר אויף די גאסן וואס איז זייער נישט גוט אויסגעשטעלט פאר ערליכע חסידישע בחורים.
מיט א קול גדול האט דער רבי מתריע געווען, עס קען זיין אז געוויסע וועלכע זיצן דא אין זאל שיקן זייערע אייגענע בחורים אין ארץ ישראל, געוויסע האבן קרובים וועלכע לערנען אין ארץ ישראל, און אפילו מאנכע מיינען אז בחורים שטייגן דארט, זאל מען וויסן אז עס איז נישט אזוי, נאר פונקט פארקערט, עס איז א געוואלדיגע סכנה ברוחניות ובגשמיות אהינצושיקן בחורים לערנען.
דער רבי האט באטאנט, אז הגם נישט א יעדע בחור וואס לערנט אין ארץ ישראל איז נכלל אין דעם מציאות, איז אבער ליידער גענוג א גרויסע פראצענט וואס ווערן דארטן קאליע, דעריבער זאל מען זיין באווארנט דערצו, ושומר נפשו ירחק מהם.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער מעורר זיין איבער די שרעקליכע גזירת הגיוס אין ארה"ק, זאגענדיג אז 'אינו דומה שמיעה לראי', די אלע יארן ביז אהער האט ער נאר געהערט פון די גזירה, אבער יעצט זייענדיג אין ארץ ישראל האט ער דאס אליינס צוגעזען מיט די אויגן, ער זעלבסט האט גערעדט מיט בחורים און זייערע עלטערן, און זיי האבן אים פארציילט אין וואס פאר א פחד זיי לעבן, מען ווייסט נישט מה יוולד יום, מען קען א יעדן טאג אריינפאלן אין תפיסות אדער גאר אין מיליטער דורך פארשידענע פיתויים.
דער רבי האט אויסגעפירט, קיינער ווייסט נישט וויאזוי עס גייט זיך אויסלאזן, מען קען זאגן נאר איין ווארט "השם ירחם", נאר דער אייבערשטער קען העלפן אז מען זאל ארויסקריכן פון אזא שווערע גזירה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א כדרכו גערעט בשבח המוסדות אין בארא פארק, און מפליא געווען די הרחבת גבולי הקדושה אין אלע אפטיילונג פון די קהילה און מוסדות אין שטאט, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות, ולכל הקהל הקודש.



