top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע המרומם פון האד' מסאטמאר קיין ארה"ק: כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס

  • sfbechatzros
  • לפני כמה שניות
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: לפני דקה

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

די נייעס ווערט כסדר אפדעיטעד  ©

מאנטאג פ' תולדות ביינאכט כ"ו חשון בחצרות הקודש

דעם רבינס שיירה פארלאזט ביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, נאך א ביקור נימוסין.


מאנטאג פ' תולדות ביינאכט כ"ו חשון בחצרות הקודש

ביים באזוך יעצט במעון קדשו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א (בילד קרעדיט: יחיאל רייכמאן)

ree

מאנטאג פ' תולדות ביינאכט כ"ו חשון בחצרות הקודש

די הערליכע בימת הכבוד גרייט צום מעמד קבלת פנים היינט נאכט.

ree

מאנטאג פ' תולדות ביינאכט כ"ו חשון בחצרות הקודש

פסוק הדור הגר"מ שטערנבוך באגלייט ארויס דעם רבי'ן נאכן באזוך


מאנטאג פ' תולדות נאכמיטאג כ"ו חשון בחצרות הקודש

ביים באזוך במעונו פונעם פוסק הדור שליט"א.

ree

מאנטאג פ' תולדות נאכמיטאג כ"ו חשון בחצרות הקודש

די הכנות פארנט פונעם מעון הקודש פונעם פוסק הדור אין שכונת הר נוף גרייט צום רבינס באזוך.


מאנטאג פ' תולדות נאכמיטאג כ"ו חשון בחצרות הקודש

הרה"ח הישיש ר' חיים שלום קליין הי"ו מפארי חסידי סאטמאר בני ברק ביים מקבל פנים זיין דעם רבי'ן אין לופטפעלד בברכת שהחיינו בשם ומלכות.

ree

4:20 | מאנטאג פ' תולדות נאכמיטאג כ"ו חשון בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע מינוטן האט די פריוואטע פליגער פון רבי'ן שליט"א געלאנדעט אינעם לוד לופטפעלד אין ארה"ק. דער רבי וועט דאווענען מנחה אין לופטפעלד און דערנאך זיך ארויסלאזן אויפן וועג קיין ירושלים עיה"ק, ווי דער רבי וועט צופארן לביתו נאוה קודש פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אויף א ביקור קודש.


מאנטאג פ' תולדות כ"ו חשון בחצרות הקודש

ביים אויפשטייגן דעם פריוואטן פליגער אין גרינכלאנד אויפן וועג קיין ארה"ק, דער רבי וועט אנקומען קיין ארה"ק ארום 4:20 נאכמיטאג וואו דער רבי וועט זיך תיכף ארויסלאזן אויפן וועג קיין ירושלים עיה"ק.

ree

זונטאג פ' תולדות כ"ה חשון בחצרות הקודש

ביים אויפשטעלן דעם גיגאנטישן שאטער אויפן שטח הענקי 'רחבת שנעלער' אויף די מלכי ישראל גאס אין צענטער פון ירושלים עיה''ק, וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן דער מעמד "ירושלים של מעלה" דעם קומענדיגן דאנערשטאג.

ree

זונטאג פ' תולדות כ"ה חשון בחצרות הקודש

יעצט ארום 4:00 נאמכיטאג האט די פליגער געלאנדעט אין לופטפעלד אין אטענס גריכנלאנד. ביים אפשטייגן פון פליגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין לופטפעלד, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום אכסניא אין אטענס א וועג פון ארום א האלבע שעה.

ree

זונטאג פ' תולדות כ"ה חשון בחצרות הקודש

ביי תפילת שחרית אויפן פליגער, דער בעל תפילה איז הרה"צ ר' מענדיל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע געפינט זיך בשנת האבל פון אמו הרבנית מוויזניץ מאנסי ע"ה.

ree

מוצאי שב"ק פ' חי שרה כ"ד חשון בחצרות הקודש

אויפן פליגער האט די רבי שליט"א עוסק געווען בתורה און עס איז איבערגעגעבן געווארן פארן רבי'ן די קובץ שעשועי אורייתא מיט די הונדערטער תשובות פון די לומדי חבורות יסודי התורה אויף די קשיא וואס די רבי שליט''א האט איבערגעלאזט בער דער שיעור כללי ביים היסטארישן סיום חצי ש''ס פארגאנגענעם פרשת לך, און דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח.

ree

מוצאי שב"ק פ' חי שרה כ"ד חשון בחצרות הקודש

יעצט מוצאי שבת האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט לדרכו צלחה צום מסע הקודש קיין ארץ ישראל, מיט א קורצן אפשטעל אין גריכנלאנד, ווי דער רבי וועט וויילן ביז מאנטאג מיטאג ווען דער רבי וועט ממשיך זיין די נסיעה מיט א פריוואטע פליגער קיין ארצינו הקדושה. איידערן ארויספארן האט זיך די רבי משתתף געווען ביים שמחת הבר מצוה פון אן אור אייניקל, אן אייניקל ביי חתנו הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א אבד"ק ישמח משה קרית יואל. ביים אנקומען אינעם נוארק לופטפעלד האבן שוין אפגעווארט די עסקנים וועלכע האבן באגלייט דעם רבי'ן ביז צום פליגער וואס האט זיך געהויבן ארום 12:00 אזייגער קיין אטענס גריכנלאנד.


bottom of page