בארא פארק: התרגשות'דיגע שמחת החתונה פארגעקומען אין ספינקא הויף
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ספינקא חסידים זענען נאך אונטערן טיפן רושם פון די התרגשות'דיגע שמחת החתונה פון אן איניקיל ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א החתן בנו בכורו פונעם רבינס זוהן הגה"צ רבי מאיר יצחק אייזיק ווייס אבד"ק ספינקא לעיקוואד חתן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ רבי חיים אריה שפיץ שליט"א ראש ישיבת ווילרייק אנטווערפען חתן הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען.
די גרויסע שמחת החתונה איז פארגעקומען פארלאפענעם ליל שישי פרשת ויצא אין די זאלן פון עטרת גאלדא וואו מאסן ספינקא חסידים האבן איבערגעפילט די זאל זיך מיטצופרייען בשמחתו הגדולה פונעם רבי'ן, נאך לענגערע חדשים וואס די רבי איז נישט ערשינען צום עולם צוליב א שטארקע חולשה וואס פלאגט דעם רבי'ן די לעצטע תקופה.
צו די באשטימטע צייט זענען די חתן ושושבינון ערשינען צום מעמד קבלת פנים וואו עס זענען געזינגן געווארן ווארימע ספינקא ניגונים ודברי כיבושין לעורר הלבבות.
צום מעמד החופה איז די זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א ערשינען במלא הדרו, און מסדר געווען חופה וקידושין. מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן די זיידע הגאון הגדול דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען שליט"א, ברכות ראשונות די פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון 18, און די פעטער הגה"צ אבד"ק ביסטריץ שליט"א, ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א.
דורכאויס די סעודת החתונה וואס איז געפראוועט געווארן מיט גרויס פייערליכקייט זענען הונדערטער אידן אריבער וואונטשן מזל טוב פאר די צוויי חשובע מחותנים הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א און הגה"צ ראש ישיבת ווילרייק שליט"א, ובראשם האבן זיך אנגעזעהן די פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און האדמור"ים מראחמיסטריווקא, וויזניץ בארא פארק, ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, ראש ישיבת מונקאטש, אבד"ק שומר שבת, הגה"צ רבי בנימין לאנדא דומ"ץ טאהש בארא פארק, הגה"צ רבי חיים דוד כץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק און נאך.
פארן בענטשן האט זיך דער מחותן הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערליכע ריקוד וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין די העכערע ספערן, באזונדער איז געשאפן געווארן א שיינעם ריקוד דורך די הונדערטער תלמידי ויוצאי ישיבת ווילרייק וועלכער האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פונעם באליבטן ראש הישיבה.
מיטן בענטשן איז נתכבד געווארן די פעטער הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס אבד"ק ספינקא בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א און די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה.
נאכן בענטשן האט דער בדחן הרב ישראל שטערן פון לאנדאן אויסגערופן די געהויבענע פעטער פון די כלה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צו טאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה.
עס איז שוין געווען נאך איינס אזייגער ביינאכט ווען מען האט זוכה געווען מקבל צו זיין די גרויסע זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א וואס איז געקומען באשיינען די שמחה הגדולה בקרב קהל עדת צאן מרעיתו.
באלד ביים אריינקומען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די הייליגע מצוה טאנץ וואו מען האט זוכה געווען מיטצוהאלטן די עבודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א בהילו נרו על ראש שמחתו.
נאכ'ן טאנצן מיט די חתן האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חשובע מחותנים און זיידעס הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א און עקסטער אין א פייערדיגע ריקוד מיט בנו יקירו וחביבו הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א.
די רבי האט דאן פארלאזט די זאל און מען האט ממשיך געווען די מצוה טאנץ פון די איבעריגע זיידעס און מחותנים, ביז שפעט ביינאכט ווען די חתונה איז געשלאסן געווארן אין א געהויבענעם שטימונג.
שבת שבע ברכות איז פארגעקומען אין שטאט בארא פארק בצל הקודש פונעם זיידן דער ספינקא רבי שליט"א בבית מדרשו אינאיינעם מיט פילע חסידים און געסט פון אויסער שטאט.
מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן די צענטראלער שבע ברכות דורך ק"ק ספינקא לעיקוואד לכבודו פונעם באליבטן רב הקהילה הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א וואו עס האבן זיך אויך באטייליגט די אדמור"י ורבני עיה"ת והחסידות לעיקוואד.






























































