top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא ערווארטעט צוגאסט אין ניו יארק; שבתא דריגלא פאר עדת חסידי סאדיגורא אין לעיקוואד

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' ויצא • ח' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידי סאדיגורא אין אמעריקע גרייטן זיך די טעג מקבל צו זיין פני קדשו פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס וועט בעז"ה אנקומען אויף א געהויבענע באזוך מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו דאהי אין אמעריקא, דעם קומענדיגן וואך פ' וישלח הבעל"ט.


ווי באקאנט קומט דער סאדיגורער רבי שליט"א צו פארן יעדעס יאר מחזק צו זיין דעם היימישן עולם, בפרט אין לעיקוואד וואו עס איז פארהאן א שיינעם קיבוץ חסידי סאדיגורא.


דעם קומענדיגן דינסטאג וועט די רבי לאנדען אין ניו יארק, און וועט פונעם לופטפעלד תיכף צופארן קיין בארא פארק  וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די נאכפאלגנדע צוויי טעג בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יהושע בראוקער הי"ו, אויף שבת וועט די רבי וויילן בקרב חסידיו אין שטאט לעיקוואד, און פראווענען די תפילות און טישן בבית מדרשו ברוב עם הדרת מלך. 


אין לויף פון די ימי הביקור אין לעיקוואד וועט דער רבי אויפנעמען קהל חסידיו לעצה ולברכה, דינסטאג פרשת וישב וועט זיך די רבי שליט"א צוריקקערן למעונו אין בני ברק.

bottom of page