top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בדרכי אבותינו: גייסטרייכע נסיעה בראשות האד' מנדבורנא ירושלים צום עיר האבות חברון מיט שותפי המוסדות

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א אונטערגענומען א נסיעה רוממה צום עיר האבות חברון, אלס א השלמה צום מסע המרומם צום עיר האבות בישטינא אין אוקריינע בראשות פונעם רבי'ן אין די פארלאפענע ימי הסליחות. די יעצטיגער נסיעה געווען געווידמעט פאר די יונגעלייט חברי קהילה קדושה נדבורנא ירושלים, שותפים אין די מוסדות הקדושים וואס האבן נישט געקענט טיילנעמען אין די נסיעה קיין בישטינא צוליב די פרישע סאנקציעס דורך די מדינת ישראל רעגירונג אין שאטן פונעם גזירת הגיוס.


דאנערשטאג נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין חברון, צום מעמד “הכנה דרבה” איידערן מתפלל זיין אינעם מערכת המכפלה, באגלייט מיט כלי שיר וזמרה און דברי התעוררות דורך הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א וואס האט מעורר געווען דעם ציבור בגודל קדושת המקום, אויסצונוצן דעם עת רצון, און אויסבעטן ישועות ורפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.


עס האט נאכגעפאלגט מיטן מעמד התפילה ביי די קברי האבות הקדושים שוכני עפר אינעם מערת המכפילה, אנגעהויבן מיט תפילת מנחה און דערנאך סליחות און י"ג מידות של רחמים וואס די רבי שליט"א האט פארגעזאגט בקול נרגש און מיט בכיות עצומות, די רבי האט דאן פארגעזאגט עטליכע שטיקלעך פון די סליחות וואו עס ווערן דערמאנט די זכות אבות אברהם יצחק ויעקב, און דערנאך ספר רביעי אין תהילים און די יהי רצון.


נאך א קורצן הספקה איז די רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים אין א ספעציעלן שאטער הארט נעבן דעם מערת המכפלה וואו דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה וחיזוק במשנתם פון די הייליגע אבות, און באדאנקט די אלע שותפים פון די מוסדות הקדושים און מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן ניגון בגלל אבות תושיע בנים.


דערנאך האט מען געדאוונט מעריב און די חסידים זענען דורך דעם רבי'ן, באקומען משיירי נרות החיים, פון די ליכט וואס די רבי האט אנגעצינדן ערב יום הקדוש העעל"ט, עס האט נאכגעפאלגט מיטן מעמד הוקרה און סעודת ראש חודש אין א דערנעבנדיגע פראכטפולע זאל, וואו די רבי שליט"א אינאיינעם מיט די משתתפי הנסיעה האבן זיך געוואשן צו א רייכע סעודה.


אין לויף פונעם אווענט האט מען געהערט א רייע דרשות, דורך דער יושב ראש המעמד הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א, הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א און הערליכע חרוזין דורכן בעל מנגן בחצה"ק ר' שמואל זאנוויל באטלמאן הי"ו.


א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ביים ענדע פון די מעמד ווען די גאנצע ציבור האט זיך געשלענגעלט אין די רייע איבערצוגעבן די שטרי התחייבות, וואס די יונגעלייט האבן זיך אונטערגענומען לטובת די מוסדות, שליסנדיג די מעמד מיט גרויס סוקסעס.


נאכן מעמד איז דער רבי אריבער צום היכל יצחק אינעם הייליגן ארט המכונה פתח גן עדן וואס איז ספעציעל געעפענט געווארן לכבודו פונעם רבי'ן וועלכער האט דארט אויפגענומען די משתתפי הנסיעה מיט קוויטלעך, להיוושע בכל מילי דמיטיב.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page