בית צדיקים יעמוד: טויזנטער חסידי סקווירא און וויזניץ מיטגעהאלטן פרייליכע שמחת נישואין אין שיכון סקווירא
- Bechatzros admin
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 6 דקות
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, ניסן ב., JDN
טויזענטער חסידים האבן זיך פאריגן דינסטאג נאכט מיטגעפריידט ביי די גרויסע רבישע חתונה בחצרות הקודש סקווירא און וויזניץ, שמחת החתונה פון די כלה בת זקונים פון הרה"צ ר' יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא און איידעם ביי מרן אדמו"ר מויזניץ, מיט די חתן אן אייניקל פון הגה"צ ר' אברהם משה גראס אב"ד קערעסטיר בערבעשט איידעם פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל, א זון פון זיין זון הרב דוד גראס ראה"כ סקווירא אין בני ברק איידעם פון הרה"צ רבי שלמה גאלדמאן זון פון הגה"צ רבי שמואל גאלדמאן מזוועהיל פון שיכון סקווירא, וואס איז געפראוועט געווארן ברגשי צהלה ורינה במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא.
מיט גרויס התרגשות האט מען ביים דאזיגע חתונה מקבל געווען פני קדשו פונעם גרויסן זיידן די וויזניצער רבי שליט"א, וועלכער איז געקומען צופארן מפאר זיין על ראש שמחתו, און האט מיטגעהאלטן די שמחה העכער אלע ערווארטונגען לשמחת לבם פון מאסן חסידי וויזניץ אין אמעריקא וואס האבן זיך מיטגעפרייט ביי די שמחה, באזונדער האט די שמחה אויסגערופן א התרגשות יתירה שטייענדיג ביי די חתונה פון די יונגסטע קינד ביי הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א.
פיר אזייגער נאכמיטאג זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים, וואו מען האט געזינגען ניגוני התעוררות מיט גרויס דביקות, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שלום רוקח נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס האט זיך משתתף געווען בשעת די גאנצע חתונה בשליחותו. נאכ'ן אנטון די קיטל פאר'ן חתן איז מען אריבער צום באדעקן אין אלטן ביהמ"ד, און דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה מבעוד יום ביים גרויסן פארקינג לאט פונעם ביהמ"ד.
צוליב די מצב הבריאות פונעם וויזניצער רבי'ן, איז דער רבי שליט"א ארויפגעפארן צו די הויעכע בימת החופה מיט א ספעציעלע עליוועיטאר וואס איז אינסטאלירט געווארן לכבודו פונעם רבי'ן, באזונדער איז די חופה געווען ארומגענומען מיט א פלעסטיק מחיצה, צוליב די שווערע ווינטערדיגע קעלט, עס זאל נישט שאטן פארן רבינ'ס געזונט. מצד החתן האט אונטערגעפירט די אבי החתן, און מצד הכלה האט אונטערגעפירט די זיידע די וויזניצער רבי, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע פון כלה די וויזניצער רבי, עדי קידושין זענען געווען הגה''צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא בן האדמו"ר מצאנז און הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא.
מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן הגה"צ ר' אברהם משה גראס שליט"א אבד"ק קערעסטיר בערבעשט און דיין אין שיכון סקווירא, ברכות ראשונות די זיידע כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א און ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל פון שיכון סקווירא. נאכן חופה האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעוואונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און מ'האט ממשיך געווען ניגוני שמחה פאר עטליכע מינוט.
ארום זיבן דרייסיג נאכן וואונטשן די חתן כלה אין יחוד שטוב כנהוג, איז דער געהויבענער בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ערשינען אינעם פול געפאקטן ביהמ"ד לקול תרועת השמחה אינאיינעם מיטן חתן, פאר איבער א האלבע שעה האט מען געטאנצן לעבעדיג אין די צייט וואס דער רבי זעלבסט איז מעודד די ריקודין בשלהבת אש קודש. דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה און קורצליך דערויף איז ערשינען דער געהויבענער זיידע מרן אדמו"ר מויזניץ שליט''א, וואו מ'האט מקבל געווען פני קדשו מיטן ניגון קול רינה. די וויזניצער רבי האט זיך געוואשן, די אדמורי"ם האבן טועם געווען פון די מאכלים, שפעטער האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ריקודין, און נאכן טאנצן איז די וויזניצער רבי ארויס אויף א הפסקה אינעם חדר הפרטי פון סקווירא רבי'ן און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן לחיים פארן סקווירא רבי'ן און מחותנים.
דורכאויס די שמחת החתונה האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה, צווישן זיי האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי, קאיימישע, וויליאמסבורג, ירושלים און בארא פארק, האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון בארא פארק, מאנסי, וויליאמסבורג, אוקענוויין, און ספרינג וואלי, סקולען מאנסי, סקווירא בארא פארק, סקווירא מאנסי, סקווירא גרינוויל, סקאליע, פארשעי, בארניב, לויעוו טשערנאביל פארשעי, דזיקוב וויזניץ ב"פ, בערגסאז, זוטשקא מאנסי, סאטינוב, און קאלושין מאנסי.
הרבנים הגאוה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי, אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי, הגאון רבי הערשל ראטענבערג רב חסידי גור אין אמעריקא, הרה"צ רבי חיים דוד וואקסמאן דומ"ץ באבוב מאנסי, הרה"צ רבי שלום אונגער בן האדמו"ר מבאבוב 45, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בנו יחידו פון האדמו"ר מוויזניץ, הגה"צ רבי לייבל וויליגער ראש ישיבת תורה ודעת, אב"ד באבוב 45 מאנסי, די פעטער'ס האדמורי"ם והרבנים לבית מעליץ, צווישן זיי גאב"ד ראצפערט בראזיל, און דומ"ץ טאב מאנטריאל, און נאך פילע רבנים חשובים.
באזונדער האבן אויסגעשטאט די געסט פון ארץ ישראל האדמורי"ם מפיטסבורג, קוזמיר, טעמישוואר, בערגסאז, גאב"ד צאנז שיכון ג', אב"ד צאנז אמעריקא, און הגה"צ ראש ישיבת שומרי אמונים.
נאך א קורצע הפסקה האט בדחנא דמלכא ר' אהרן בער ראטה אויסגערופן די דרשה-געשאנק דורך די זיידעס און מחותנים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט''א דאפלטע עלטער פעטער מצד הכלה, ברכות ראשונות די זיידע הרה"צ רבי שלמה גאלדמאן ראש כולל מעליץ אין בני ברק, ברכה אחריתא הגה"צ רבי יהושע לייפער אבד"ק באר משה פרעמישלאן א עלטער פעטער מצד החתן, דערנאך איז פארגעקומען א געהויבענע ריקוד אויפן אויבן אן.
קרוב לחצות הלילה האט מען אנגעהויבן די מצוה טאנץ, בדחנא דמלכא הרב מיכל אייזענבערג האט געגראמט און אויסגערופן די חשובע זיידעס אב"ד קערעסטיר בערבעשט, הרה"צ רבי שלמה גאלדמאן, דערנאך האט ער באגריסט די אורח הדגול די דאפלטע פעטער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ וועלכע איז געטאנצן לפני הכלה, דערנאך האט מען אויפגערופן די פעטערס לבית מעליץ, די פעטערס לבית גאלדמאן, די עלטער פעטער הגה"צ אב"ד באר משה פרעמישלאן, און דערנאך האט מען מכבד געווען צוויי חשובע געסט פון ארץ ישראל טאנצן מיט די חתן, כ"ק אדמו"ר מבערגסאז, און הרה"ג ר' שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא.
נאכן מצוה טאנץ פונעם אבי החתן איז צוריק ערשינען די געהויבענע זיידע די וויזניצער רבי, און דער בדחן האט מיט רירנדע חרוזין אויפגערופן די געהויבענע מחותן אבי הכלה הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט''א שטייענדיג ביי די חתונה פון די יונגסטע קינד. הרב יצחק איז דערנאך געטאנצן לפני בתו הכלה אין א פייערדיגע ריקוד, דערנאך איז ער געטאנצן מיט זיינע אלע צאצאים זרע ברך השם קינדער און אייניקלעך, א באזונדערע ריקוד מיט די אייניקלעך די בחורים, און די אייניקלעך די קינדער.
מיט רגשי קודש האט מען דאן צוגעטרעטן צו די ריקודי קודש פונעם גרויסן זיידן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ווי מען האט מיט פאסיגע חרוזין מקבל פנים געווען דעם רבי'ן וועלכע האט זיך מטריח געווען בטלטולי דאורחא צו באשיינען די שמחה, דערמאנענדיג די הייסע תפילות וואס כלל ישראל האט פארגאסן די לעצטע יאהר למען רפואתו השלימה, זייענדיג מעורר זכות האבות הקדושים שרפי מעלה.
נאך די חרוזין איז געווען א רירנדע מאמענט ווען די וויזניצע רבי האט געבעטן די מיקראפאן און פארגעזינגען די וויזניצער 'אודה' חזן וקהל, דערנאך האט מען געזינגען ויהיו זרעי, און די רבי איז אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס און געטאנצן לפני נכדתו הכלה מיט א התלהבות יתירה, אנכאפנדיג חתנו הגדול הרה"צ רבי יצחק דער אבי הכלה. דערנאך האט די רבי זיך אוועקגעזעצט און ממשיך געווען די ריקודין בעוז ותעצומות, דערנאך איז געשאפן געווארן א רינג פון די משפחת המלוכה אלע קינדער און אייניקלעך. באזונדערע ריקודין איז די רבי געטאנצן מיט זיין איידעם אבי הכלה, און מיט גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ. א שיינעם ריקוד איז געשאפן געווארן צווישן דעם אבי הכלה הרה"צ רבי יצחק מיט הנגיד רבי יעקב אדלער פון דעם רבינס נאנטע מקורבים וועלכע געבט זיך אוועק פאר אלע עניני רפואה פונעם וויזניצער רבי'ן.
נאכן פארענדיגן די ריקודין איז די וויזניצער רבי צוריק ארויף אויפן בימת הכבוד און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים מיטן שוואגער און מחותן די סקווירא רבי שליט"א, ווי די צוויי שוואגערס זענען געטאנצן א ברודערליכע ריקוד בהתרוממות עילאה ווען אלע חסידים זינגען אינאיינעם ובכן צדיקים יראו וישמחו וחסידים ברנה יגילו, און הייבן זיך טפח וטפחיים.
דערנאך האט מען אויסגערופן מיט ווארימע חרוזין דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א צום מצוה טאנץ, דערמאנענדיג די ישועות וואס אידישע קינדער נוטיגן זיך בבני חיי ומזוני, זייענדיג מעורר זכות אבות בפרט הרה"ק רבי אהרן טשערנאבילער זי"ע וועמענס יארצייט איז די וואך ח' כסליו, און נאכן זינגען א ניגון הכנה איז דער סקווירא רבי אראפ אין צענטער פון היכל צו די ריקודי קודש בדביקות עילאה. דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיטן חתן און בנו דער מחותן, און זיך אוועקגעזעצט קלאטשן כנהוג. נאך דעם רבינס ריקודין האט זיך די וויזניצער רבי געזעגענט פונעם רבי'ן און געוואונטשן די חתן וכלה איידערן פארלאזן די שמחה, מען האט דאן ממשיך געווען די ריקודין א לענגערע וויילע, ביז ארום דריי אזייגער פארטאגס ווען מען האט פארענדיגט די שמחה רוממה.
































































































