top of page
אלטע אידישע בית החיים אין שטאט קוזמיר מקום מנוחת קדשו פון רבי יחזקאל'ע קוזמירער זי"ע ענדליך אויסגעלייזט מידי זרים
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגער טעג הערט מען איבער וואונדערליכע פארשריט אינעם פראנט אפצוראטעווען און אויסלייזן מידי זרים מנוחת קדשו פון הרה"ק רבי יחזקא'לע מקוזמיר זי"ע אין שטאט קוזמיר פוילן. גאנצע 10 יאר איז פארלאפן זינט מען האט אנטדעקט דעם פונקטליכן מקום הציון אין קוזמיר, דורכ'ן אויפדעקן די יסודות האהל, וואס איז קלאר באשטעטיגט געווארן דורך קראנטע עדות אז דארט האט זיך געפינען איידער די קריג די אידישע בית החיים, און ליידער נאכ'ן קריג נהפכה לז


האד' מפאפא אויף א מעמד קביעת מזוזות אין די נייע אפיסעס פון הנגיד ר' שלמה וועבער הי"ו אין ניו דזשערזי
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א ארויסגעפארן קיין עליזאבעט - ניו דזשערזי ספעציעל צו באשיינען דער מעמד קביעת מזוזות אין די נייע הויפטקווארטירן פון די Always Forwarding פירמע וואס שטייט אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' שלמה וועבער הי"ו מעמודי התווך פון קהילות ומוסדות פאפא. די רבי שליט"א האט דארט געדאוונט מעריב און דערנאך קובע געווען א מזוזה ביי איינע פון די טירן בשם ומלכות. דערנאך האט זיך די רבי שליט"א


מעמד קביעת מזוזה ביים נייעם צייטווייליגער בית המדרש החדש דקהל יטב לב "שכונת פאירט וואורד" בראשות האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם ליל ששי וישלח העעל'ט איז פארגעקומען דער מעמד "קביעת מזוזה" פארן נייעם צייטווייליגער בית המדרש דקהל יטב לב אין שכונת "פאירט וואורד" אין בלומינגגראוו - קרית יואל, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. אין די לעצטערע וואכן האט מען געשלאסן די מקח אויף א נייע ריזיגע שטח אויף די פירר וואורדי גאס אין שכונת בלומינגראוו קרית יואל, אויפצובויען דערויף א פראכטפולער ריזיגער בבית המדרש החדש פאר די גאנצע אומגעגענט. אויף דעם פארג


רירנדער מעמד "בקשת מחילה" ביים פארברענטן קלויז אין שטאט סאדיגורא, בראשות האד' מסאדיגורא ירושלים
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוהשע פרוכטער אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די שוידערליכע חילול הקודש מיט די שרעקליכע וואנדאליזם און שווערע 'ארסאן פייער' אינצידענט ביים נאסטאלגישן קלויז אין שטאט סאדיגורא, אוקריינא, האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א אפגעראכטן א רירנדער באזוך און מעמד "בקשת מחילה" ביים מקום החילול, ביים ציון קודש הקדשים פונעם ראש השושילתא דער הייליגער סבא קדישא מרוזין זי"ע. דער רבי שליט"א וועלכע איז ארויסגעפארן אין


נייע שמחה-זאלן "שובע שמחות" באנייט אין שיכון סקווירא צו פראווען ביליגע שבתות של שמחה
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN אין שיכון סקווירא איז דעם שבת קודש באנייט געווארן די נייע שמחה־זאלן "שובע שמחות", וואס גיט די מעגליכקייט פאר מחותנים צו פרייען שבת שבע ברכות אויף א ביליגן פארנעם, אזוי צו קענען פראווען די שמחות בשמחה וטוב לבב. די נייע שמחה־זאלן זענען אהערגעשטעלט געווארן אינעם בנין התלמוד תורה דשיכון סקווירא "בנין האלפערין" דורך דעם מפעל "שובע שמחות" שע"י ק"ק סקווירא, וואס גיט זיך אפ מיט פעולות נשגבות צו פארלייכטערן


האד' מסערט וויזניץ באזוכט אין אויפבליענדע ישוב רמה ד' בית שמש לרגל פרישע הרחבת גבולים בקרב ק"ק סערט וויזניץ
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע בליענדע יישוב אין רמה ד' בית שמש, וואו עס האט זיך אין די לעצטע תקופה אנטוויקלט א הערליכע קהילה ומוסדות דחסידי סערט וויזניץ. צוערשט איז די רבי אנגעקומען אויפן שטח וואס די שטאטראט אין בית שמש האט דעזיגנירט פארן נייעם סערט וויזניצער ביהמ''ד, די רבי איז ארויף צו א דירה פון איינע פון די אינגעלייט, און פון דארט זיך אומגעקוקט אויפן שטח רחבת ידים,


שמחת החתונה בחצרות דעעש - קרית צאנז ירושלים - מאקאווא אשדוד – ספינקא סוליצא
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת החתונה פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' נחמן כהנא שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא סוליצא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' דוד ווייס שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אשדוד שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די מונדיאל זאל אין ירושלים.


האד' ממאחנובקא בעלזא אויפגענומען בנו חביבו הרה"צ ר' יחיאל מיכל רוקח שליט"א אלס אבד"ק מאחנובקא בעלזא ביתר
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי מאחנובקא בעלזא תושבי ביתר האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה משמחת אז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט אויפגענומען בנו חביבו הרה"צ רבי יחיאל מיכל רוקח שליט"א לכהן פאר צו דינען אלס רב דקהלה קדושה מאחנובקא בעלזא אין ביתר. די נייע רב הרה"צ רבי יחיאל מיכל שליט"א איז די פערדע זון פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א און א איידעם ביי זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א, ער איז ברייט באקאנט מיט זיין מאור פנים און ליב


דבר המלך: פרעזידענט טראמפ יר"ה אפגעשיקט בריוון צו מעמדי הודאה לרגל כ"א כסלו בחצרות הקודש סאטמאר
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישער שריט האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ יר"ה אפגעשיקט צוויי בריוון אדרעסירט צו די רבבות סאטמארער חסידים וואס האבן זיך נעכטן צוזאמגענומען ביי די מעמדי הודעה לרגל כ"א כסלו דער יום ההצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביים ביטערן צווייטן וועלט קריג. די בריוון, נכתב ונחתם בטבעת המלך, זענען פארגעליינט געווארן ברוב עם ביי ביידע מעמדים וועלכע זענען פארגעקומען אין די וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג, א


שבע ברכות רבתי בשמחת בית סאטמאר פארגעקומען אין נייעם "עטרת מלכה" חתונה זאל אין קרית יואל
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט,JDN פארגאנגענעם ליל ששי איז אין שטאט קרית יואל פארגעקומען א הערליכער "שמחת השבע ברכות" לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בן לחתנו הרה"צ ר' אלטר יעקב יצחק הכהן גלאנץ שליט"א, וואס איז פארגעקומען אינעם נייעם פראכטפולן חתונה זאל "עטרת מלכה" אינעם בנין הבית רחל החדש בנין גאלדבערגער. די שבע ברכות איז פאררופן געווארן דורך די הנהלת המוסדות פון די ריזיגע אימפעריע "מוסדות סאטמאר קרית


תבנה ותכונן: פרישע אויסברייטערונג פון גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול "בית וויזניץ" באשטעטיגט
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אויסטערלישע שמחה ווערט אויפגענומען ביי חסידי וויזניץ אלוועלטליך איבער די ענדגילטיגע פלענער וואס איז באשטעטיגט געווארן אין די יעצטיגע טעג איבער "שלב ב'" אין די איבערבוי-פראיעקט פון די גיגאנטישע "בית וויזניץ" אין בני ברק, דער בית אדיר וקדוש אשר כל בית וויזניץ אליה נשואות. ווי ברייט בארימט איז דער יעצטיגער גיגאנטישער בית וויזניץ נתחנך געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, לכבוד ראש השנה שנת תשפ"ב, נאך א מאסיווע בוי אונטערנעמונג וואס איז


בני ברק: שמחת החתונה פון נכד ראש ישיבת תולדות אהרן און כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין בני ברק איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרה"צ ר' מרדכי קאהן שליט"א, זון פון הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אברהם חיים בעק שליט"א, זון פון הנגיד החסיד ר' אפרים זלמן בעק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די היכלי מלכות זאל אין בני ברק, אין שפיץ פון די חשובע זיידעס און פעטערס האדמור"ים והרבנ


יושבי חשך וצלמות אין "אוטיסוויל תפיסה" שטארק מחוזק נאך התרגשות'דיגער באזוך פון ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א צאל אידן וועמען די השגחה עליונה האט אזוי באשערט אז זיי זענען ארעסטירט אין די אוטעסוויל תפיסה אין ניו יארק, האבן דעם זונטאג געשעפט הויפנס מיט חיזוק ביים באזוך פונעם זקן ויושב בישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער האט א לענגערע צייט זיך אויפגעהאלטן אין די תפיסה, און האט מחזק געווען די אידן בדברי חיזוק והדרכה וואס האט אויף זיי שטארק עושה רושם געווען. דער ראש הישיבה שליט"א האט אונטערגענומען דעם באזו


בזמן שהצדיק בעיר: האד' מטאהש וועט אנצינדן די צווייטע חנוכה-ליכטל בקרב חסידי טאהש אין אמעריקע
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות און פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי טאהשער חסידים תושבי אמעריקע, אז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט אנצינדן די צווייטער חנוכה-ליכטל בקרב חסידי טאהש אין ניו יארק, וועלכע וועלן האבן די זכי' להתחמם באורו הבהיר פונעם רבי'ן און זיך ווארעמען ביי די הייליגע שעות פון הדלקת נר חנוכה וואס וועט זיין א זעלטן געהויבענע איבערלעבעניש. די רבי שליט"א וועט אנקומען קיין אמעריקא מאנכטאג מקץ נאכמיטאג דעם ערשטן טאג חנוכה לרגל די שמחת


חנוכת הבית פאר נייע בנין הישיבה קטנה דוויען געפייערט ביי מעמד "נחלת בחוריך" אינאיינעם מיט שבע ברכות אין רבינס הויף
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען,JDN א גייסטרייכע מעמד איז פארגעקומען פארלאפענע וואך בחצר הקודש וויען, ווען עס איז געפראוועט געווארן די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בנין הישיבה קטנה, וואס איז פראכטפול פארענדיגט געווארן אין די לעצטע חדשים, און איז באנייעט געווארן אין א מזל'דיגע שעה צום יעצטיגן ווינטער זמן, ווען די תלמידי ישיבה קטנה זענען שוין עוסק בתורה אין דעם בנין עטליכע וואכן. די מעמד איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכו


קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו בעפארשטייענדע 2026 וואלן
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן פארמיטאג איז אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסוברג דער קאנגרעסמאן "פעט רייען" וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט - אין וואשינגטאן. דער קאנגרעסמאן איז געקומען אפנעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים ואישי הציבור. בין הדברים האט מען באהאנדלט דעם חינוך פראבלעם, וואו דער רבי שליט"א


פרייליכע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל ספינקא לעיקוואד לכבודו פון הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען די שבע ברכות בשמחת בית ספינקא, אין זאל פון רידזש טערעס אין לעיקוואד צוגעשטעלט דורך די ספינקא קהילה אין לעיקוואד, לכבודו פונעם מחותן די רב הקהילה הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א וואו די חברי הקהילה ומתפללי ביהמ"ד האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פונעם רב שליט"א אויף א געהויבענעם שטייגער בשבת אחים גם יחד.


שמחת נישואין אין הויפן פון טשערנאביל – קאסאן לעיקוואד – ראחמיסטריווקא מאנסי – קאסאני
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפענעם וואך איז געפראוועט געווארן א שיינע רבישע שמחה אין שטאט מאנסי, די חתונה פון א אייניקל דביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יהוסף יחזקאל ראטטענבערג שליט"א ראש ישיבת עטרת צבי אין לעיקוואד, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א אב"ד אוסטילא מאנסי, זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט


אלפי תושבי קרית יואל ביי גייסטרייכע מעמד "הנני בני" דינער השנתי לטובת מוסדות קרית יואל
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי תושבי קרית יואל זענען דעם מוצאי שבת ארויסגעקומען מאסן-ווייז צו שטיצן און מחזק זיין די מוסדות אין די שטאט מיט אירע אריבער 12,000 תלמידים ותלמידות בליעה"ר, ביים מעמד נשגב "הנני בני", וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די גיגאנטישע זאלן פונעם "בית רחל אוידיטויריום" אין שטאט. דער קרית יואל'ער דינער לטובת המוסדות, איז יאר-יערליך א זמן קהלה וואס ברענגט צונויף טויזנטער תושבים פון אלע עקן שטאט, מיטן איינעם ציל, מחזק צו זיין די הייליגע


הונדעטער חסידים ואנשי מעשה ווארעמען זיך ביים התוועדות רבתי לרגל י"ט כסלו בחצר הקודש בישטינא
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כמידי שנה בשנה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן מיטגעהאלטן דעם התוועדות רבתי און עריכת שולחן הטהור בחצר הקודש בישטינא לרגל חג הגאולה י"ט כסלו, דער טאג וואס דער הייליגער בעל התניא זי"ע איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה מאפילה לאור גדול. כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א וועלכער איז מאז ומקדם אדוק ומקושר צו תורת חב"ד האט דאס יאר צום ערשטן מאל געפראוועט דעם יערליכן פארברענג לכבוד האי יומא


bottom of page

