הונדעטער חסידים ואנשי מעשה ווארעמען זיך ביים התוועדות רבתי לרגל י"ט כסלו בחצר הקודש בישטינא
- Bechatzros admin
- לפני 22 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
כמידי שנה בשנה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן מיטגעהאלטן דעם התוועדות רבתי און עריכת שולחן הטהור בחצר הקודש בישטינא לרגל חג הגאולה י"ט כסלו, דער טאג וואס דער הייליגער בעל התניא זי"ע איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה מאפילה לאור גדול.
כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א וועלכער איז מאז ומקדם אדוק ומקושר צו תורת חב"ד האט דאס יאר צום ערשטן מאל געפראוועט דעם יערליכן פארברענג לכבוד האי יומא דקא גרים אין שטאט בני ברק, וואו א ריזן ציבור האט פאר לאנגע שעהן ביז שפעט אין די נאכט אריין מיטגעהאלטן די דברי תורה, מאמרי חסידות, ניגוני דביקות און ריקודין עילאין צו דאנקן און לויבן אויף די גרויסע ניסים בימים ההם בזמן הזה.
דער מעמד האט זיך פארצויגן גאנצע 9 שעה נאכאנאנד אנגעהויבן פון 7:00 ביינאכט ביז אום 4:00 פארטאגס. ביים אנהייב פונעם מעמד נאך תפילת מעריב האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים פארברענגט מיטן היימישן עולם בזעיר אנפין, שפעטער אריין אנעם התוועדות האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן מאכלי שבת כנהוג.
מען האט דאן געעפענט די טירן פארן ברייטן ציבור וואו מען ממשיך געווען דאס פארברענגען עד אור הבוקר זייענדיג עוסק אין דעם מסע ההצלה פונעם הייליגן תניא באגלייט מיט חסידישע מאמרים, אין ריקודין של דביקות ושמחה בין גברא לגברא. צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם זאל גופא, איז בשעת די מעמד געעפענט געווארן נאך א זאל וואו מען האט געקענט מיטהאלטן א לעבעדיגע הוק-אפ פונעם טיש, און א סעודה רחבה לכבודו של יום.
די ריקודין נפלאים, האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט מיט א געוואלדיגן התלהבות פון וואס מ'האט זיך שווער געקענט שיידן. ארום 4:00 פארטאגס קרוב לעלות השחר האט מען געבענטשט ברכת המזון און די רבי האט פארטיילט כוס של ברכה פארן גאנצן ציבור.
אין לויף פון די נאכט האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן מערערע רבנים ואנשים חשובים צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מאפעלע שליט"א, הגאון ר' ירוחם פוברסקי א זון פון הגאון רבי בערל פוברסקי ראש ישיבת פונוביז, הגאון ר' יצחק קאפ רב קהילת קהל חסידים אין פתח תקוה און נאך פילע רבנים פון די ליובאוויטשער קרייזן.







































