בזמן שהצדיק בעיר: האד' מטאהש וועט אנצינדן די צווייטע חנוכה-ליכטל בקרב חסידי טאהש אין אמעריקע
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות און פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי טאהשער חסידים תושבי אמעריקע, אז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט אנצינדן די צווייטער חנוכה-ליכטל בקרב חסידי טאהש אין ניו יארק, וועלכע וועלן האבן די זכי' להתחמם באורו הבהיר פונעם רבי'ן און זיך ווארעמען ביי די הייליגע שעות פון הדלקת נר חנוכה וואס וועט זיין א זעלטן געהויבענע איבערלעבעניש.
די רבי שליט"א וועט אנקומען קיין אמעריקא מאנכטאג מקץ נאכמיטאג דעם ערשטן טאג חנוכה לרגל די שמחת התנאים פון אן אייניקל, און צו דעם געלעגנהייט האט די רבי באוויליגט צו צינדן די נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, מאנטאג נאכט ליל ב' דחנוכה איידער די שמחת התנאים וואס איז געפלאנט פארצוקומען אין שטאט מאנסי.
די עסקנים פון די טאהשער קהילה אין מאנסי זוכן נאך א פאסיגן ארט וואס זאל קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור וואס רישט זיך שוין געשפאנט צו קומען צו פארן פון אומעטום מיטצוהאלטן דעם מעמד קודש בצילא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א, און די נאכפאלגנדע שמחת התנאים, פונעם רבינס אייניקל, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' חיים יחיאל אלטר סג"ל לאווי שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים ארי' כהנא שליט"א אבד"ק זכרון אלימלך ספינקא מאנסי, איידעם ביי הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א אבד"ק מכלל יופי וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר.



