top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רירנדער מעמד "בקשת מחילה" ביים פארברענטן קלויז אין שטאט סאדיגורא, בראשות האד' מסאדיגורא ירושלים

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 20 שעות

דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יוהשע פרוכטער

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די שוידערליכע חילול הקודש מיט די שרעקליכע וואנדאליזם און שווערע 'ארסאן פייער' אינצידענט ביים נאסטאלגישן קלויז אין שטאט סאדיגורא, אוקריינא, האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א אפגעראכטן א רירנדער באזוך און מעמד "בקשת מחילה" ביים מקום החילול, ביים ציון קודש הקדשים פונעם ראש השושילתא דער הייליגער סבא קדישא מרוזין זי"ע.


דער רבי שליט"א וועלכע איז ארויסגעפארן אין באגלייטונג פון א משלחת נכבדה פון חסידי סאדיגורא, איז אנקומענדיג אויפן ארט אויפגעשוידערט געווארן צו זען מיט די אויגן די שווערע סצענעס ווי דער מקום הקודש וואס איז שוין קרוב צו 200 יאר פארהייליגט ביי כלל ישראל, דער מקום קודש הקדשים וואו די הייליגע צדיקים פון די רוזשינער גזע האבן מעריך געווען זייער הימלישע עבודה, שטייט ליידער חרוב.


דער דער הייליגער מאיעסטעטישער בנין הקלויז, וואס איז פון פריש איבערגעבויט געווארן דורך א גרויסע הארעוואניע און פארצווייגטע פראיעקט פאר ארום 10 יאר צוריק, אנגעפירט און פערזענליך באגלייט דורך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א, איז אצינד נישט מער ווי א הויפן ברוכווארג, ותשפכנה אבני קודש וואס וואגלערן זיך אינעם גאנצן ארום, און מערערע ספרי קודש ליידער פארברענט.


דער רבי שליט"א פערזענליך איז צוגעטרעטן צו די עבודה פון מלקט זיין די שטיקער ברוכווארג ואבני הקודש, און די ספרי קודש, זיי צו ברענגען לקבורה, דער רבי האט זיך בכבודו ובעצמו אראפגעבויגן און געקליבן די ספרי קודש איינס נאכ'ן צווייטן.


דערנאך איז דער רבי שליט"א מיט די גאנצע משלחת ארויס צום ציון הק' פונעם הייליגן רוזשינער, און מיט א געוואלדיגע התרגשות אפגעראכטן א מעמד "בקשת מחילה" אויף דעם וואס ס'איז ליידער נישט געווען בידם אפצוהאלטן דעם חילול הקודש.


אן אויג איז נישט געבליבן טרוקן ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען די הארציגע דברי כיבושין, ארויסברענגענדיג ווי מ'האט געהאט ווידער צו קאסטן פונעם 'הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב", פון די אנטיסעמיטישע גייסט אין אייראפע וואס האט זיך ליידער נאך אלץ נישט אפגעשטילט, אויסערליך ווייזן זיי עס אפשר נישט ארויס, אבער אינערליך האבן זיי פיינט אידן אזוי ווי זייערע עלטערן, ווי מ'האט זיך דא איבערצייגט.


נאכ'ן מעמד בקשת מחילה איז דער ציבור ארויס צו די "מסע הלוי' ומעמד הקבורה", די צאמגעקליבענע אש וספרי קודש איז באגראבן געווארן בכבוד הראוי וכדת והלכה, בשעת מ'פארלאזט טרערן על בזיון התורה.


צום שלוס האט דער רב שליט"א פראקלאמירט איבער'ן הקמת "קרן חירום להצלת הקלויז", און דער ציבור האט זיך תיכף אנגעשלאסן מיט א ווארעמקייט צו טאן אלע פעולות צוריקצושטעלן דעם ביהמ"ד כבראשונה, און דערמיט צוריק מקים זיין כבודם של צדיקי קדושי עליון שוכני המקום.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page