אלטע אידישע בית החיים אין שטאט קוזמיר מקום מנוחת קדשו פון רבי יחזקאל'ע קוזמירער זי"ע ענדליך אויסגעלייזט מידי זרים
- Bechatzros admin
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגער טעג הערט מען איבער וואונדערליכע פארשריט אינעם פראנט אפצוראטעווען און אויסלייזן מידי זרים מנוחת קדשו פון הרה"ק רבי יחזקא'לע מקוזמיר זי"ע אין שטאט קוזמיר פוילן.
גאנצע 10 יאר איז פארלאפן זינט מען האט אנטדעקט דעם פונקטליכן מקום הציון אין קוזמיר, דורכ'ן אויפדעקן די יסודות האהל, וואס איז קלאר באשטעטיגט געווארן דורך קראנטע עדות אז דארט האט זיך געפינען איידער די קריג די אידישע בית החיים, און ליידער נאכ'ן קריג נהפכה לזרים, ווען די ארטיגע רעגירונג און פויערן האבן פארוואנדלט דעם פלאץ אלס שפיל גארטן.
העפטיגע אינטערווענץ איז געטאן געווארן די לעצטע יארן באגלייט מיט קאמפליצירטע שתדלנות ביי די פוילישע רעגירונג און די לאקאלע אינסטאנצן אפצוקויפן דעם שטח פונעם ציון און דערויף קענען אויפבויען אן אהל, ווי עס פאסט לכבודו של צדיק, אבער צום גרויס ווייטאג האט מען גארנישט געקענט אויפטון נאכדעם וואס דער ארטיגער מעיאר האט זיך פארלייגט אויף די לענג און די ברייט צו שטערן אלע פעולות.
די לעצטע אכט יאר האט הרב יצחק שפירא שליט"א, דער פארזיצער פון די ׳איניציאטיוו פאר אידישע בתי חיים אין אייראפע׳ געפירט אן אלוועלטליכער קאמפיין צו אויסלייזן דעם אידישן בית החיים, ער האט אנגעפירט דעם קאמפיין מיט די הילף פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א צו אפראטעווען מקום מנוחתו פון זקינו הרה"ק רבי יחזקאל מקאזמיר זי"ע וואס ליגט באהאלטן אין דעם בית החיים.
אינצווישן די שתדלנות איז מען געווען אין פארבינדונג מיט דער פוילישער אמבאסאדער צו מדינת ישראל, וועלכער האט געברענגט א שליחות פון די פוילישע רעגירונג, אז זיי זענען יעצט דא צום טיש, און אדרבה, זיי וועלן טון אלעס וואס זיי קענען אז מ'זאל קענען פרעזערווירן דעם הייליגן פלאץ און מ'זאל אויפבויען דעם אהל הק' על קברו של צדיק.
אצינד איז אנגעקומען די גינסטיגע נייעס אז די רעגירונג איז ענדגילטיג איינגעגאנגען צו צוריקגעבן די בית החיים פאר די ריכטיגע אייגענטומער און אוועקפירן די שפיל גארטן צו אן אנדערן ארט, דער דעפיוטי קולטור מיניסטער פון לאנד האט געמאלדן אז די רעגירונג וועט פינאנצירן די אויפבוי פון א נייע שפיל גארטן און צוריקקערן די בית החיים צו די אידישע אייגענטומער.



