יושבי חשך וצלמות אין "אוטיסוויל תפיסה" שטארק מחוזק נאך התרגשות'דיגער באזוך פון ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

א צאל אידן וועמען די השגחה עליונה האט אזוי באשערט אז זיי זענען ארעסטירט אין די אוטעסוויל תפיסה אין ניו יארק, האבן דעם זונטאג געשעפט הויפנס מיט חיזוק ביים באזוך פונעם זקן ויושב בישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער האט א לענגערע צייט זיך אויפגעהאלטן אין די תפיסה, און האט מחזק געווען די אידן בדברי חיזוק והדרכה וואס האט אויף זיי שטארק עושה רושם געווען.
דער ראש הישיבה שליט"א האט אונטערגענומען דעם באזוך, מיט דער הילף פון חשובע עסקנים וועלכע האבן אונטערווענירט ביי די תפיסה באאמטע צו קענען באזוכן זיינס א באקאנטער און מחזק זיין די אידן וואס געפונען זיך ליידער אין תפיסה, און נאכ'ן מסדר זיין אלע פרטים איז דער ראש הישיבה שליט"א אנגעקומען צו די תפיסה, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן קרוב צו א שעה צייט, זיצנדיג א לענגערע צייט בין כותלי בית האסורים, צוזאמען מיט די ארטיגע אידן, וועלכע האבן אויסגענוצט יעדע מינוט צו שעפן חיזוק ועידוד פון דעם געהויבענעם באזוך.
במשך א לענגערע וויילע האט דער ראש הישיבה שליט"א פארברענגט מיט די טייערע אידן, וועלכער האבן שפעטער אויך איבערגעשמועסט מיטן גאון אלע זייערע פריוועטע ענינים, ומן ההר אל העם האט דער ראש הישיבה זיך אראפגעלאזט צו יעדן, מיט דברי הדרכה וחיזוק אויף אלע ענינים. צום שלוס האט דער ראש הישיבה זיך ווארעם אפגעזעגענט פון די ארטיגע אידן, און יעדן באזונדער געוואונטשן ברכות לרוב, איבערלאזנדיג די אידן מיט הויפנס חיזוק והדרכה וואס וועט זיי אי"ה לאנג באגלייטן.
אויך המשפיע המפורסם הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א האט פאריגע וואך בעת זיין באזוך אין ניו יארק אויסגענוצט די קארגע פאר שעה וואס ער איז געווען צוגאסט אין אמעריקא צו באזוכן די יושבי חושך וצלמות אינעם אוטעסוויל טורמע, וואס איז געווען גאר א רירנדע באגעגעניש ווען דער משפיע שליט"א האט זיך געטראפן אין א ספעציעל איינגערישטן צימער אין תפיסה, צוזאמען מיט די ארטיגע אידן וועלכע זענען געווען זייער מרוגש צום דעם באזוך, און האבן מקבל פניו געווען מיט א שמחה יתירה, הרה"צ רבי צבי מאיר שליט"א האט איבערגעגעבן גאר ווארימע חיזוק רייד אריינצושיינען אביסל ליכטיגקייט אין דעם מקום חושך, און נענטער צו ברענגען די נשברי לב לאבינו שבשמים.









