האד' ממאחנובקא בעלזא אויפגענומען בנו חביבו הרה"צ ר' יחיאל מיכל רוקח שליט"א אלס אבד"ק מאחנובקא בעלזא ביתר
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי מאחנובקא בעלזא תושבי ביתר האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה משמחת אז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט אויפגענומען בנו חביבו הרה"צ רבי יחיאל מיכל רוקח שליט"א לכהן פאר צו דינען אלס רב דקהלה קדושה מאחנובקא בעלזא אין ביתר.
די נייע רב הרה"צ רבי יחיאל מיכל שליט"א איז די פערדע זון פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א און א איידעם ביי זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א, ער איז ברייט באקאנט מיט זיין מאור פנים און ליבליכקייט לכל דורש ומבקש, וידיו רב לו אין די פעלד פון חינוך דינענדיג שוין לאנגע יארן אלס מנהל רוחני אין תלמוד תורה מאחנובקא בעלזא אין בני ברק, במיוחד איז ער נודע בשערים מיט זיין מעשי צדקה וחסד, שטייענדיג אין שפיץ פון די פריוואטע צדקה קאסע פון אביו הגדול דער רבי שליט"א וואס פארטיילט שווערע געלטער מתן בסתר פאר וויכטיגע צדקה צוועקן כידוע.
במשך די לעצטע עטליכע יאר האט די רבי שליט"א כסדר ארויסגעשיקט דעם רב שליט"א קיין ביתר זיך אומצוקוקן פונדערנענט אויף די בליענדע קהילה וועלכע פארמאגט כיום צענדליגע היימישע משפחות חסידי מאחנובקא בעלזא יראים ושלמים וועלכע האבן שוין לאנג ארויסגעקוקט אויף א מורה דרך צו שטיין בראש פון די קהילה לשם ולתהלה.
אצינד בעת שמחתו האבן די חסידים תושבי ביתר אפגעראכטן א שבע ברכות לכבודו פונעם רב שליט"א לרגל נישואי בתו למזל טוב, ווען בראש השמחה האט באשיינט דער מנהיג העדה די זיידע כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכע האט אין זיין דברות קודש ארומגערעט בשבחם פון די חברי הקהילה אין ביתר, און דערביי זיך אויסגעדרוקט אז זיי זענען געוון ריכטיגע מבינים אויסציוועלן א רב א בר אורין וראוי לאותו איצטלא, און געוואונטשן זיין זון מיט הצלחה און סייעתא דשמיא בהנהגת הקהילה.



