top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו בעפארשטייענדע 2026 וואלן

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

נעכטן פארמיטאג איז אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסוברג דער קאנגרעסמאן "פעט רייען" וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט - אין וואשינגטאן.


דער קאנגרעסמאן איז געקומען אפנעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים ואישי הציבור. בין הדברים האט מען באהאנדלט דעם חינוך פראבלעם, וואו דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז ביי אונז איז דער ערליכער חינוך די וויכטיגסטע טעמע, און מ'דארף זען צו צוהעלפן וואס מ'קען נאר טון אז די רעגירונג זאל זיך נישט אריינמישן אין אונזער הייליגן חינוך וסדרי הלימודים. בנוסף איז אויך אויסגעשמועסט געווארן די וויכטיגע געברויכן פונעם ציבור תושבי העיר קרית יואל, און ספעציעל איבער א צאל פרישע פראיעקטן מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה אין קהילה קדושה ומוסדות סאטמאר אין קרית יואל.


צום שלוס האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו צו די בעפארשטייענדע וואלן, און באזונדער האט דער רבי אנגעוואונטשן די עסקנים פון קרית יואל און פון וויליאמסבורג ובראשם דער לאנג יעריגער כלל–טוער און שתדלן הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו.


ree
ree
ree
ree

bottom of page