top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי קרית יואל ביי גייסטרייכע מעמד "הנני בני" דינער השנתי לטובת מוסדות קרית יואל

  • Bechatzros admin
  • לפני 17 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אלפי תושבי קרית יואל זענען דעם מוצאי שבת ארויסגעקומען מאסן-ווייז צו שטיצן און מחזק זיין די מוסדות אין די שטאט מיט אירע אריבער 12,000 תלמידים ותלמידות בליעה"ר, ביים מעמד נשגב "הנני בני", וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די גיגאנטישע זאלן פונעם "בית רחל אוידיטויריום" אין שטאט. דער קרית יואל'ער דינער לטובת המוסדות, איז יאר-יערליך א זמן קהלה וואס ברענגט צונויף טויזנטער תושבים פון אלע עקן שטאט, מיטן איינעם ציל, מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות, וואו די אייגענע קינדער ווערן נתחנך און נתגדל לשם ולתפארת.


דער מעמד איז געוועהן גאר א געהויבענער און גייסטרייכער מיט הערליכע פרקי שירה וזמרה, דרשות און הדרכות בעניני חינוך, ווערדפולע גורלות און מתנות און נאך פיל.


דער יושב ראש איז געווען דער משמח אלוקים ואנשיפ הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו וועלכע האט אויך משמח געווען מיט דברי בדחנות לרגל די שמחה ביים רבי'ן אין הויף מיט די שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל. מיט דבר המוסדות האט אויפגעטרעטן הנגיד החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הקהילה וועלכער האט איבערגעגעבן פריידיגע באריכטן איבער מאסיווער הרחבת גבולי הקדושה אין די מוסדות.


דער הויכפונקט פונעם מעמד איז אבער געוועהן, די דברות קודש פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס האט כמדי שנה בשנה ארומגערעט בשבח פון די מוסדות, באגלייט מיט א שלל פון ענינים, דברי חיזוק והדרכה וואס איז נוגע אלע תושבים בכלל, ובפרט די הורי התלמידים. בתוך דבריו האט די רבי ארויסגעברענגט די הרגשים פון די דערהויבענע נסיעה און שב"ק פ' תולדות אין אתרא קדישא מירון, און ארויסגעברענגט לשבח פון די נוסעים וועלכע זענען געפארן מיט א דערהויבענקייט נאר צו רבי שמעון און צוריק און עוסק געווען בתורה אויף די וועגן, און עס איז זיכער אז עס איז געווען א כבוד שמים און א כבוד פארן פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, דער רבי האט אויסגעפירט אז רוב פון די מיטפארער זענען יוצאי תלמידים פון די מוסדות הק' אין קרית איול און דאס איז א שבח פאר די מוסדות אז עס קומען ארויס פון דא אזעלכע חשוב'ע אינגעלייט.


דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם מוסדות און אויפגעפאדערט יעדעם איינעם צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה ובפרט צו קענען בויען די צוויי נייע בנינים וואס מען בויעט יעצט פאר די תלמוד תורה און בית רחל, דערנאך האט דער רבי מעורר געווען צו פירן א אידישע שטוב ווי עס פאסט פאר א תושב קרית יואל ובפרט האט דער רבי שטארק מעורר געווען בנוגע ליין מאטריאל און געזאגט אז מען זאל נאר ארייננעמען אין שטוב ליין מאטריאל מיט אן השגחה און פארציילט א מעשה ווי הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט פארשיקט א בחור פון ישיבה פארן טרעפן ביי אים א נישט אויסגעהאלטענע ביכל. דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור הנאספים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page