האד' מפאפא אויף א מעמד קביעת מזוזות אין די נייע אפיסעס פון הנגיד ר' שלמה וועבער הי"ו אין ניו דזשערזי
- Bechatzros admin
- לפני 12 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א ארויסגעפארן קיין עליזאבעט - ניו דזשערזי ספעציעל צו באשיינען דער מעמד קביעת מזוזות אין די נייע הויפטקווארטירן פון די Always Forwarding פירמע וואס שטייט אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' שלמה וועבער הי"ו מעמודי התווך פון קהילות ומוסדות פאפא. די רבי שליט"א האט דארט געדאוונט מעריב און דערנאך קובע געווען א מזוזה ביי איינע פון די טירן בשם ומלכות. דערנאך האט זיך די רבי שליט"א אוועקגעזעצט צו א מסיבת לחיים ביי וועלכן די רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש און איבערגעלאזט ברכת קדשו לרוב פארן נדיב ר' שלמה שיחי' און אלע מיטארבעטער.

































