top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבע ברכות רבתי בשמחת בית סאטמאר פארגעקומען אין נייעם "עטרת מלכה" חתונה זאל אין קרית יואל

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שאט די דאט,JDN

פארגאנגענעם ליל ששי איז אין שטאט קרית יואל פארגעקומען א הערליכער "שמחת השבע ברכות" לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בן לחתנו הרה"צ ר' אלטר יעקב יצחק הכהן גלאנץ שליט"א, וואס איז פארגעקומען אינעם נייעם פראכטפולן חתונה זאל "עטרת מלכה" אינעם בנין הבית רחל החדש בנין גאלדבערגער.


די שבע ברכות איז פאררופן געווארן דורך די הנהלת המוסדות פון די ריזיגע אימפעריע "מוסדות סאטמאר קרית יואל" ספעציעל פאר אלע טויזענטער עלטערן הורי המוסדות, לקראת דעם בעפארשטייענדע מגבית השנתי לטובת המוסדות דעם קומענדיגן א' שמות הבעל"ט ווי עס וועט פארקומען דעם צענטראלן "יום המוסדות", געצילט להחזקת המוסדות מיט אירע קרוב צו 7000 תלמידים ותלמידות כ"י.


גלייכצייטיג האט דער שמחת השבע ברכות געדינט אלס א "חנוכת הבית" צום באנייאונג פונעם פראכטפולן חתונה זאל "עטרת מלכה" וואס איז באנייעט געווארן סוף פונעם פארלאפענעם זומער.


דער זאל איז געווען מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט מיט א הויכשטאקיגע "בימת הכבוד" ווי עס זענען געווען אויסגעזעצט מיט פילע רבנן ותלמידיהון רבנים ומורי הוראה ומרביצי תורה, די מחותנים ובעלי שמחה, ומלכם בראשם די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. 


במשך דעם גאנצן מעמד האבן מהנה געווען בשירה ובזמרה די רייכע קאפעליע פון משוררי בית סאטמאר ובראשם דער בעל מנגן ר' וואלף בראווער הי"ו ראש המשוררים בק"ק סאטמאר אין קרית יואל.


עס האבן אויפגעטרעטן מיט ווערטער דער אדמיניסטראטער פון די מוסדות הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער הי"ו, וועלכע האט איבערגעגעבן א לענגערע באריכט מיט א נענטערע פערספעקטיוו אויף דעם מצב פון די מוסדות ברוחניות ובגשמיות בעבר בהווה ובעתיד, און די ווייטערדיגע פלענער אויף הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן בקרב המוסדות, און דערביי אויפגעפלאמט די הערצער פונעם ציבור אנטייל צו נעמען מיט גרעסערע סכומים און קניני זכותים לקראת דעם מגבית השנתי לטובת המוסדות דעם קומענדיגן א' שמות הבעל"ט ביים צענטראלן "יום המוסדות".


דערנאך האט מען געהערט דברי תורה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ורב הקהלה בקרית יואל, וועלכע האט מאריך געווען  מנועם שפתיו מיט פאסיגע דיבורים לרגל די שמחה הגדולה בבית צדיקים.


מיט א חרדת קודש האט מען זיך צוגעהערט צום משא המעמד פונעם געהויבענעם זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע האט א לענגערע צייט מאריך געווען בדברי דרוש ואגדה ארויסברעגענדיג בגודל מצות שמחת חתן וכלה, און דערנאך איז דער רבי אריבער רעדנדיג בשבח המוסדות, ארויסברענגעדיג די געוואלדיגע עלי' ברוחניות און און הרחבת גבולי הקדושה פון די הייליגע מוסדות, ובפרט וואס מען זעט אין די לעצטערע יארן די געוואלדיגע בלי און וואוקס פון די מוסדות, די ריבוי התלמידים, די פרישע נייע בנינים, און דערביי אויפגעפאדערט אנשי שלומיו צו זיך אנשליסן ברוח נדיבה להחזקת המוסדות.


צום שלוס האט מען געהערט דברי בדחנות פונעם בדחנא דמלכא הר"ר נחמן ליווי הי"ו, וועלכע האט א לענגערע צייט משמח געווען חתן וכלה מיט דברי בדחנות. נאך ברכת המזון האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין של שמחה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page