top of page
פיבערהאפטע הכנות אין ירושלים עיה"ק צו געהויבענע מעמדים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט שוין געלאנדעט אויפן אייראפעאישן באדן, זייענדיג על אם הדרך אויפן מסע המרומם קיין ארה"ק, גייען אן די פיבערהאפטע הכנות בחוצות ירושלים מקבל פנים צו זיין פני קדשו, און חסידי סאטמאר זענען אין טיפער שפאנונג, גרייטנדיג זיך מיט אן הכנה דרבה מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א ביים אנקומען קיין ירושלים עיה"ק. מארגן מאנטאג נאכמיטאג וועט די רבי פארלאזן גריכנלאנד וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן


קרית יואל: שמחת התנאים פון הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' חי שרה • כ''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך דאנערשטאג איז כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פונעם משב"ק ויד ימינו הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו צום שמחת התנאים פון בתו הכלה, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהל יטב לב. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם רבינס בעפארשטייענדע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון, די קדושה פון אתרא קדישא מירון און פילע מנהגים, מעשיות און נסים וואס עס איז דא אין מירון


תשובה ברורה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א צו האד' מסאטמאר ערשיינט לקראת די מסע המרומם קיין ארה"ק
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט אלפי חסידי סאטמאר וואס גרייטן זיך מיטצהאלטן דעם מסע הקודש, האט אויפגעברענגט פארשידענע שאלות וואס איז ספציעל נוגע ביי די איצטיגע נסיעה, און ווערט קלאר אויסגעשמועסט אין א תשובה נפלאה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער האט מעלה געווען בכתב א לענגערע תשובה אדרעסירט צום סאטמארער רבי'ן, איבער פארשידענע שאלות, ובפרט איבער דעם נושא פון אמירת "ותן טל


האדמור"ים מבית יצחק ספינקא און ראחוב באזוכן ביי האד' מסאטמאר לכבוד השמחה במעונם
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין פארלאפענעם וואך איידער דער שמחת הנישואין בחצרות בית יצחק ספינקא - ראחוב וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, זענען די געהויבענע זיידעס און מחותנים אריבערגעגאנגען אויף א ביקור נימוסין בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מקבל צו זיין מברכותיו לרגל דעם שמחת הנישואין און מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני נישואין, און דער רבי שליט"א האט געוואונט


דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידי ישיבות קטנה דסאטמאר פון אלע סניפים דורך הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די הונדערטער בחורי חמד, תלמידים פון די זעקס סניפים פון די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, האבן די וואך געהערט די ווארעמע דברי פתיחה פון הגה״צ אבד״ק ור״מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט״א, וואס האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די טייערע בחורים להתעלות דרגות רמות בעבודת השי״ת. די סאטמארער ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג, איז איינגעטיילט אין זעקס באזונדערע סניפים מיט עקסטערע מרביצי תורה ומנהלים רוחניים שליט״א, אונטער די השפעה פון ה


ירושלים של מעלה גרייט זיך צום באזוך און שיעור פלפול פון האד' מסאטמאר בתוככי "כולל שומרי החומות"
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין,JDN אין די ברענענדיגע הכנות צום ביקור הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ירושלים עיה"ק, גרייטן זיך פילצאליגע גאונים ותלמידי חכמים, ובפרט די לומדי הכוללים פון "כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס" מיטצוהאלטן דעם לומדישן שיעור וואס דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין אין ביהמ"ד "כתב סופר" פונעם כולל, אויף וואס די חכמי וגאוני ירושלים ובני ישוב הישן קוקן ארויס מיט גרויס התרגשות. אין די לעצטערע טעג זענע


מעמד התחלת לימוד משניות דורך אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון די סניפי המוסדות אין קרית יואל
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג. נעכטן מאנטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעשטאט א באזוך אינעם בנין התלמוד תורה 'בנין ווידער פאלאטשעק' אין קרית יואל וואו די רבי האט מפאר געוועהן די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון די מוסדות אין קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע אנגעפירט דורך די מנהלים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה א


ווידיאו • גראנדיעזער מעמד סיום חצי ש"ס דורך חבורת יסודי התורה ד'סאטמאר
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


נאסטאלגיע • געוועזענער גאווערנער פון ניו יארק ענדרו קאומא באזוכט ביי האד' מסאטמאר | חשון תש"ע
מוצאי שב"ק פ' וירא • י"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


שיינער שמחת בר מצוה פון נכד דור רביעי ביי האד' מסאטמאר און נכד גיסו גאב"ד סאטמאר בארא פארק
פרייטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה ובצהלה האבן פילצאליגע חסידים מיטגעהאלטן דעם שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל, נכד דור רביעי פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בסימן טוב ובמזל טוב. דער בר מצוה בחור אלימלך אשכנזי נ"י, איז אור אייניקל פון רבי'ן שליט"א, נכד הגה"צ רבי העניך אשכנזי רב דביהמ"ד אבני צדק, בן לבנו הרה"ג רבי חיים צבי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב אין קרית יואל, חתן הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א. מיטוואך אינדערפרי איז דער ר


דרשת פתיחת הזמן דורך האד' מסאטמאר לתלמידי המתיבתא; פייערדיגע דברות קודש קעגן שינוי המסורה ביי חופות
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין דעם דינסטאג נאכמיטאג האבן זיך די אריבער 1,300 תלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית יואל פון אלע סניפים פארזאלט אינעם ביהמ"ד הגדול צום מעמד פתיחת הזמן וואו דער ראש הישיבה כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א האט משמיע געוועהן דעם “דרשת פתיחת הזמן” פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די קלארע מוסר רייד פונעם באליבטן ראש הישיבה. דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און פ


פייערליכער שטימונג אין לינדען צום פתיחת השערים פון נייעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם שב"ק לך לך, האבן הונדערטער סאטמארער חסידים אין שטאט לינדען געפראוועט מיט גרויס פרייד די עפענונג פונעם נייעם ביהמ"ד דקהל יטב לב אין שטאט, וואס איז געעפנט געווארן אויף דעם שב"ק כליל בהדרו מיט אלע צוגעהערן. דער הערליכער ביהמ"ד איז געבויט געווארן דורכאויס די פארגאנגענע תקופה, ווען נגידי סאטמאר האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים צו קענען פינאנצירן דעם בוי פראיעקט און אהערשטעלן דעם פראכטפולן ביהמ"ד לשם ולתפארת. אין ש


ווידיאו • פייערדיגע דברות קודש פון האד' מסאטמאר ביים דרשת פתיחת הזמן אין ישיבה קעגן שינוים ביי חופות און חתונות
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


ותלמידו בידו: סיום מסכת קידושין דורך תלמידי מכינה לישיבה קטנה ד'סאטמאר וויליאמסבורג
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת פ' נח העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג צו באשיינען די מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדות סאטמאר כיתה ט' - מכינה לישיבה וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר. במשך די מעמד האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשובע רבנים אויפן אויבן אן, צווישן זיי אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15' טע עוו. שליט


התרגשות עילאה צווישן חסידי סאטמאר צום "מסע הקודש" פון האד' מסאטמאר קיין ארצינו הקדושה
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אן התרגשות אילעה הערשט צווישן סאטמארע חסידים איבער די וועלט זיך גרייטנדיג צום באפארשטייענדן "מסע הקודש" קיין ארץ ישראל דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסער שבת וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן אין אתרא קדישא מירון צוזאמען מיט אלפי חסידי סאטמאר, וועלכע גרייטן זיך מיט א הכנה דרבה מיטצוהאלטן דעם הייליגן שבת און די ארומיגע טעג בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א. מיט בלויז געציילטע וואכן פארבליבן ביז צ


שלום אסיריך: רירנדע ביקור חיזוק דורך האד' מסאטמאר ביי היימישע ארעסטאנטן אין אוטעסוויל טורמע
מוצאי שבת פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די פילצאליגע היימישע ארעסטאנטן אינעם אוטעסוויל טורמע אין ניו יארק האבן נעכטן זוכה געווען מקבל צו זיין פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו דער רבי האט מחזק געווען די אסירי ישראל וועלכע שמאכטען ליידער דארט אין תפיסה און משמיע געווען גאר הארציגע און רירנדע דברות קודש וואס זיי האבן געשלונגען בצמאון רב. דער רבי שליט"א האט אפגעהאלטן דעם באזוך צו מחזק זיין איינע פון די חסידים, וואס שמאכטעט ליידער אין טורמע, און גלייכצייטיג א


אלפי חסידי סאטמאר לעבן מיט שעות של קורת רוח ושמחת התורה ביי פייערליכע "כינוס הלומדים" שע"י חבורת 'יסודי התורה'
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, שאט די אט די שפאנענדע געמיטער פון אלפי חסידי סאטמאר לומדים ומתחילים אין חבורת "יסודי התורה" - "רבי'נס חבורה" זענען געהויבן געווארן צום מאקסימום, נאכ'ן מיטלעבן שעות ארוכות פון קורת רוח און תענוג רוחני, בשמחת התורה, ביים היסטארישן "כינוס הלומדים" וועלכער איז אפגעראכטן געווארן דעם זונטאג ברוב פאר והדר לכבוד התורה ולומדיה. טויזנטער חתני התורה, עמלי התורה, האבן זיך פארזאמלט אינעם גיגאנטישן "קאלאהארי סע


גראנדיעזע "סיום חצי ש"ס" וועט פאראייניגן טויזנטער לומדי חבורת יסודי התורה דסאטמאר דעם זונטאג לך
דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער סאטמארער חסידים, לומדים ומתחילים אינעם חבורה "יסודי התורה" זענען איינגעהילט אין שפאנענדע געמיטער, ווען עס טיילט אפ א קארגע דריי טעג ווען מ'גייט מיט א ריכטיגע שמחת וחדות התורה, פייערן די היסטארישע "חגיגת סיום חצי ש"ס – והתחלת חלק שני ש"ס" ביים גראנדיעזן מעמד אדיר ונשגב "כינוס הלומדים", וועלכער ווערט געפייערט ברוב פאר והדר, דעם זונטאג פר' לך, בראשות דער מייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. ווי די ראשי "חבורת יסודי


הַנֶּחֱמָדִים מִזָּהָב וּמִפָּז רָב • רגש קודש ביי אלפי חסידי סאטמאר נאכ׳ן מיטלעבן לעכטיגן "זמן שמחתינו" בצלא קדישא עילאה
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין א העכערע גייסט האט זיך געשפירט במשך דעם גאנצן זמן שמחתינו בחצר הקודש סאטמאר, בפרט ביי די צווייטע טעג יום טוב בין כותלי ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו מען האט זיך ווידעראמאל געטראפן מיט א ריבוי עם פון אזויפיל טויזנטער אידן בליעה"ר וכ"י וועלכע זענען געקומען מכל פינות ומחנות מיטצוהאלטן די דריי געהויבענע און הייליגע טעג בצל הקודש. בליל הושענא רבא האט זיך אראפגעלאזט רעגענ


רבוא רבבה ירננו בקול: היסטארישער סאטמארער חתונה וועט אפגעהאלטן ווערן אין גיגאנטישן "ברוקלין נעווי יארד"
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש שטייענדיג בלויז זעקס וואכן אפגערוקט פון דער היסטארישער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, עלטסטע אייניקל ביי בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די שמחת החתונה וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אין צענטער פון שטאט וויליאמסבורג, אינעם גיגאנטישער "דאגגעל גרינהאוז קאמפלעקס" אינעם ברקולין נעווי יארד, וואס באשטייט פון א מאסיווע גרויסקייט פון איבע


bottom of page

