אומבאשרייבליכער התעוררות און שמחה ביים פייערליכער מעמד ההדלקה דורך האד' מסאטמאר אין אתרא קדישא מירון
- בחצרות הקודש
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזענבאך
מיט אן אויסטערלישער התלהבות של קדושה ושמחה האבן רבבות אלפי ישראל פארלאפענעם מוצאי שבת מיטגעלעבט די פייערליכער מעמד ההדלקה וואס איז געפראוועט געווארן נאך דעם געהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע האט אויפגעפלאמט לבבות בני ישראל וואס האבן זיך משמח געווען בשמחה וגילה, לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
די שמחה אין מירון איז געווען למעלה מדרך הטבע, כאטש דער מעמד איז געווען ארומגענומען מיט אזויפיל מניעות און מיט אזויפיל שטערונגען דורך די ציוניסטישע פאליציי. די שטערונגען האבן זיך שוין אנגעהויבן ביי די הכנות צום גרויסן מעמד. יעדע רגע זענען זיי אויפגעקומען מיט פרישע פארלאנגען און נייע פאדערונגען, רוב דערפון אזעלכע וואס האט זיך בכלל נישט געלייגט אויפ'ן שכל. ב"ה מ'האט מצליח געווען איבערצוקומען אלע שטערונגען, און אנגיין מיט די הכנות צו דעם מעמד. אויך ביים מעמד זעלבסט האט די פאליציי פרובירט מיט אלע תחבולות צושטערן די מעמד און צושפרייטן דעם ריזן ציבור, מהאט געזען בחוש אז דער כח פון שמחה דקדושה איז לצנינים בעיניהם, און טאקע דאס האט גאר נאך מער צוגעגעבן צו די אויסטערלישע שמחה, ווען מהאט זיך נאכן מעמד איבערגעצייגט אז עמדה להם זכותו הגדול פונעם תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, אז מען זאל יא קענען פראווען די מעמד אויף א געהויבענע פארנעם.
דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אויפ'ן גרויסן גיגאנטישן שטח הארט נעבן די מערה, דער שטח וואו עס ווערט שוין יארן לאנג אפגעראכטן דער צענטראלער מעמד ההדלקה ביום ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון, וואס איז געווען ספעציעל צוגעגרייט און אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן די רבבות אלפי ישראל וואס האבן זיך פארזאמעלט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
קורץ נאכ'ן פארענדיגן דעם הייליגן שלש סעודות בצל קדשו פון רבי'ן שליט"א, האט זיך אנגעהויבן דער שטראם פונעם ציבור צוריק ארויף דעם הר ה' נעבן די מערה, און דערצו זענען צוגעקומען נאך טויזנטער אידן, אנשים נשים וטף פון איבער גאנץ ארץ ישראל, אידן פון אנדערע ערליכע קרייזן וועלכע האבן מיט אן השתוקקות נתרומם צו ווערן, זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין פון אלע מקומות, קומענדיג צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן דעם מעמד נשגב ומרומם.
אין צענטער זענען געווען צוגעגרייט ספעציעלע זיץ פלעצער פאר די חברי אהבת קדומים, און נגידים בעם. א באזונדערער מקום איז געווען צוגעגרייט פאר די נשים צדקניות וואס זענען געקומען צו פארן בלויז צום מעמד ההדלקה, צו קענען שעפן דעם התעוררות פון שמחה וקדושה במשך דעם הייליגן מעמד.
צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד, און מ'האט גלייך אנגעהויבן צו זינגן ניגוני התעוררות ודביקות, אנגעפירט דורך די מטיבי נגן הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו פון ארה"ק, הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו פון ניו יארק, צוזאמען מיט א קבוצה חסיד'ישע אינגעלייט פון די מלכות-קווייער, צוגעשפילט מיט הערליכע מוזיק פון היימישע מוזיקאנטן.
א לענגערע צייט האט מען געזינגן די ניגוני התעוררות, וואס מען זינגט ל"ג בעומר און אין נאך זמנים מיוחדים אין סאטמארער הויף, וואס האט יעדן מרגש געווען, צווישן די ניגונים האט מען ספעציעל אפגעגעבן דעם כבוד פאר די נגידים בעם, תומכי השבת און תומכי המוסדות פון אומעטום, וועלכע זענען אריבער פארנט פון רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א האט יעדן איבערגעגעבן א פלעשל אויל, וואס מ'האט דערנאך זוכה געווען אויסצוגיסן ביים מערכת מדורת האש וואס איז געווען צוגעגרייט ביי א באזונדערן ווינקל פונעם שטח ההדלקה.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט מיט א פלאם פייער ארומגערעט בגודל קדושת המקום, און איבער די גרויסע השפעות וואס אידן נעמען מיט אהיים נאכ'ן מיטלעבן אזא הייליגן שבת אין אתרא קדישא מירון, דער רבי שליט"א האט ממשיך געווען מיט הפלא'דיגע ביאורים אויף די מאמרי חז"ל בגודל כחו פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, און ארומגערעדט פון דעם וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי צוזאמען מיט אליהו הנביא שטייען ביים פתח המערה, און בענטשן יעדן איד מיט די ברכה פון "ברכת כהנים" ובקול חוצב להבת אש האט דער רבי שליט"א איבערגע'חזר'ט די ברכות פון ברכת כהנים וואס איז כולל אין זיך אלע ברכות וואס אידן דארפן עד סוף כל הדורות.
בין הדברים האט דער רבי שליט"א עקסטער ארומגערעדט איבער דעם ענין פון אצינדן א מדורת אש לכבוד התנא רבי שמעון בר יוחאי, וואס בכחו הגדול פון רבי שמעון איז אויפצולייכטן פאר אידישע קינדער, אנצוצינדן דעם אור הקדושה בלבות בני ישראל, און משפיע צו זיין פאר אידן כל מיני ישועות, ובפרט מדליק צו זיין דעם גרויסן אור אויף וואס כלל ישראל ווארט שוין אזוי לאנג, דעם אור חדש על ציון תאיר בביאת משיח צדקינו.
דער רבי שליט"א איז דאן צוגעגאנגען צום מערכת מדורת האש, בעת די בעלי השיר האבן ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ודביקות. אריבער א האלבע שטונדע האט מען ממשיך געווען מיט די ניגוני התעוררות, ביז ווען דער רבי שליט"א האט איבערגענומען דעם כד שמן זית וואס איז איבערגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו פון קרית יואל, און האט מוסיף געווען שמן צו די מדורה.
דאן האט דער רבי שליט"א איבערגענומען דעם פייער פאקל, ובדחילו ורחימו, ביראה עילאה צוגעטרעטן אנצוצינדן דעם מדורת אש. דערביי האבן די בעלי השיר ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, דעם ניגון פון "גלות גלות" ארויפגעפאסט אויף די ווערטער "לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי".
נאכדעם וואס ס'איז געווען שלהבת עולה מאלי', האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד דארט אויפ'ן פלאץ, בעת דער ציבור ארום האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבים מיט אן אש להבת שלהבת. אידן האבן געטאנצן און געשפרונגען מיט א אויסטערלישער התלהבות, וואס איז נישט מעגליך צו שילדערן, אידן וואס האבן קיינמאל פריער זיך נישט געזען און געקענט, האבן זיך ארומגעכאפט איינער מיטן אנדערן און אזוי געטאנצן און געשפרונגען כאיש אחד בלב אחד. ווער רעדט נאך שפעטער, ווען טויזנטער אידן האבן פלוצים זיך דערזען אלס ערפארענע טאנצערס, מיט פרייליכע ירושלימ'ער קעדאטשקע טענץ, וואס האט יעדן איבערגענומען.
עס איז געווען שוין נאך עטליכע שעה וואס דער מעמד האט זיך פארצויגן, ווען די מוזיק איז אפגעשטעלט געווארן, אבער די פיס האבן ווייטער ווי געטאנצן פון זיך אליינס, און מ'האט אזוי שווער זיך געקענט שיידן פון דעם גמר השבת קודש.
מ'האט דערנאך נאך געפראוועט מלוה מלכה, און עס האבן נאכגעפאלגט געהויבענע טעג בצל הקודש, אבער דער רישומא דקדושה וואס דער מעמד האט ספעציעל איבערגעלאזט, דאס וועט זיכער געדענקט ווערן אויף אייביג ביי יעדן וואס האט זוכה געווען דאס מיטצולעבן.




































































































































































