top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות חסידים מיטגעלעבט היסטארישע חתונה פון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | חלק א'

  • Bechatzros admin
  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 5 דקות

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יוסי ג"ב, י. שטיין

אן אומבאשרייבליכע שמחה דקדושה וחדוה עילאה האט ארומגעהילט רבבות חסידי סאטמאר וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן די היסטארישע הייליגע שעה'ן פון המשכת שלשלת הזהב, ודור רביעי ישובו הנה, ווען דער מנהיג העדה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט דערלעבט די לעכטיגע מאמענט פון די חתונה ביי א דור רביעי, וחסידים ברנה יגילו מיטלעבנדיג די שמחה מיט א זעלטענע געהויבנקייט און טאפנדע התרגשות וואס האט זיך געשפירט ביי די שעה'ן לאנגע שמחת בית צדיקים דעם פארלאפענעם דאנערשטאג וישלח בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג.


בעשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה דעם רבי'נס עלטסטע אור-אייניקל, הכלה ב"ק טאכטער ביי זיין אייניקל הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א מו"ץ קהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג, בן הרה"ג ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א אב"ד בארדיוב וויליאמסבורג און איידעם ביי הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו בכורו פונעם רבי'ן שליט"א און איידעם ביי דודו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א. מיט'ן חתן א זון פון הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דקהל שערי תפילה אין קרית יואל, זון פון כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע העשיל וואגשאהל שליט"א אבד"ק יאסלא, אור אייניקל פון הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א גאב"ד גרינוויל דזשערזי סיטי.


שוין וואכן לאנג איז אנגאנגען די אקטיווע הכנות דורך די טיכטיגע עסקנות-קרעפטן פון אינערהאלב די סאטמארער קהלה אין וויליאמסבורג וועלכע האבן צוגעגרייט די פילפארצווייגטע אפעראציעס אהערצושטעלן די היסטארישע שמחה רוממה וואס האט אנטשפרעכט צו ציען די זעלטענע השתתפות פון פילע טויזנטער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא און הונדערטער חסידים מעבר לים וועלכע זענען געקומען צו פארן מיטצולעבן די פייערליכע שמחה אין רבי'נס הויף.


ספעציעל איז אקטיוויזירט געווארן א מאסיווע אראנדזשירונג קראפט אינעם גיגאנטישן "גרינהאוז קאמפלעקס" אין די נעווי-יארד קווארטל ביים גרעניץ פון וויליאמסבורג, וואס איז געווארן פרעכטיג און פולקאם טראנספארמירט אלס אולם אדיר ומפואר צו אקאמאדירן די אלופי אלפי החסידים בהמוניהם.


לענגאויס דער זאל איז געווארן אויפגעשטעלט 14 שטאקיגע פארענטשעס וואס האט זיך געצויגן אויף אויסנאם לאנגשטרעקיגע שטרעקעס ביז ווי ווייט דאס אויג קען זען, און האט במשך די שמחה זיך ארויסגעשטעלט צו זיין הערשט קליין צו אקאמאדירן בליעה"ר אזא מאסיווע איבערפלוס משתתפים.


דאנערשטאג לפנות ערב אום 5:00 איז דער ראש בית אב, דער רבי שליט"א, ערשינען צו תפלת מנחה אינעם ביהמ"ד הגדול אויף הופפער סטריט, שוין מלובש בבגדי שבת, און נאך מנחה זענען הונדערטער חסידים אריבער זקנים עם נערים אריבער כבני מרון, וישא אהרן את ידו על העם ויברכם מיט ברכות טהורות בעידן חדוותא.


קורצליך דערויף איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד התעוררות "קבלת פנים" ווען דער ביהמ"ד איז שוין געווען פול געפאקט מלא על כל גדותיו, מ'האט געזינגען די ניגוני התעוררות און דערנאך האט דער בדחנא דמלכה הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו מעורר געווען מיט דברי כיבושין, אויסערעכענעדיג כנהוג די הייליגע זיידעס מכל הצדדים, ווען חתן כלה ציען אן אויסטערלישן זעלטענעם יחוס פון אלע צדיקים שרפי מעלה.


צווישן די אדמורי"ם וואס האבן זיך משתתף געווען ביים קבלת פנים האבן זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א דעם רבי'נס מחותן, און כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ וויליאמסבורג שליט"א


דער רבי האט געטרונקען לחיים און געוואונטשן חתן און מחותנים און אלע זיידעס ולכל הקהל הקודש, און דאן משמיע געווען דברות קודש בקול חנוק מדמעות זייענדיג מזכיר זכות אבות, ובפרט ביים אויפברענגען זכותי' דמשה רעיא מהימנא, מר אביו הגדול הרה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס איז דא דער דאפלטער זיידע פונעם דור חמישי, ומי מלל ומי פלל נאך די ביטערע צרות וואס ער האט מיטגעמאכט, שעפט ער אצינד מגנזי מרומים די נחת דקדושה פון המשכת שלשלת הזהב.


נאכ'ן קבלת פנים איז דער רבי שליט"א מיט'ן חתן ושושובין אריבער צום "באדעקן" אין די דערנעבנדע קראסנא זאל, און דערנאך ארויס צום מעמד החופה ווען די אלע ארומיגע גאסן פון קענט עוועניו און הופער סטריט זענען שווארץ פון פילע טויזנטער חסידים וואס לעבן מיט די התעוררות'דיגע מאמענטן.


מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות כנהוג, מיט סידור קידושין האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, קריאת הכתובה דער זיידע הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב, ברכות ראשונות דער זיידע הגה"צ ר' מנשה מאיער גאב"ד גרינוויל, ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט"א.


נאך די חופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו לכל הנאספים און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע מחול לצדיקים.


דערנאך איז געווען צוגעשטעלט די סעודת החתונה אין ביהמ"ד הגדול וואס איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום, ווען אין שפיץ באשיינט דער גרויסער זיידע הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער איז ארומגעגאנגען במשך די סעודה וואונטשן לחיים און אפנעמען מזל טוב צווישן דעם ציבור.


נאך די סעודה האט א פלאטע באסעס געפירט דעם ריזן ציבור אינעם גיגאנטישן "גרינהאוז קאמפלעקס", וואס איז בליץ שנעל געווארן פול געפאקט, ומה נהדר היה המראה צוצוזען די חומות הגבוהים לענגאויס ביידע זייטן פונעם זאל מיט טויזנטער חסידים ואנשי מעשה און בחורי חמד שמחים בשמחת רבם ומאורם.


נאך א קורצע וויילע איז דער זאל געווארן איבערגעפילט על כל גדותיו און די סדרנים האבן זיך שווער געמאטערט צו אקאמאדירן דעם ריבוי עם בליעה"ר וואס האט געהאלטן אין איין שטראמען.


ביים אריינגאנג צום זאל האט דער ציבור איינגעהאנדלט דעם נייעם וואונדערליכן חיבור "אמירה נעימה", די דרשות ודברי תורה מפום ממלל רברבן דער זיידע הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך תלמידיו הנאמנים לכבוד די שמחה.


ארום האלב צען איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל, וחסידים ברינו יגילו, דער זאל איז געווארן ממש עלעקטעריזירט ווען דער גאנצער ציבור הייבט זיך טפחיים ארצה, בשעת דער רבי שליט"א איז מפזז ומכרכר מיט רגשי שבח והודאה להשי"ת שהחיינו לזמן הזה, ווי די חסידים צייכענען צו האט מען געזען בכלליות במשך די גאנצע שמחה ווי דער רבי שליט"א איז געווען אויסטערליש פארקאכט און פאר'דביקות'ט ורחושי מרחשין שפתי מיט פרקי שיר והודאה על כל החסד אשר גמלנו.


קורצליך דערויף איז דער חתן ערשינען אין זאל און דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט'ן חתן און דערנאך מכבד געווען די אנדערע זיידעס צו טאנצן. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, דערנאך איז דער חתן אראפ צום חלל האולם צו די ריקודין.


במשך די שמחה זענען ערשינען פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים, ובראשם האט זיך אנגעזען האחים כ"ק האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט''א און כ"ק האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט''א, מיט וועם דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענעם ידידות'דיגן טענץ אויף די "וויזשניצע הקפה ניגון".


צווישן די אדמורי"ם ורבנים האבן זיך אנגעזען איז געווען האדמור"ים מוויזניץ לאנדאן, סקולען וויליאמסבורג, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, גאלאנטא, קארלסבוג, מאשלאו, דעעש וויליאמסבורג, הרבנים הגאונים הצדיקים בני האדמו"ר מסקווירא, הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם בן האדמו"ר מבאבוב, הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מוויזניץ, הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בן האדמו"ר ממחנובקא בעלזא, אבד"ק באנעס איירעס, אבד"ק ראצפערט מאנסי, אבד"ק רודניק לאס אנדזשעלעס, אבד"ק ליפשא, אבד"ק תפארת משה, אבד"ק ניימארק, אבד"ק ציעשנוב קרית יואל, אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג, דומ"ץ דעברעצין, אבד"ק קלעסן און נאך פיל.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page