top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יציקת היסודות בראשות האד' מסאטמאר אין היימישן קימפעטארין היים אין טעלזסטאון

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • לפני כמה שניות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

נעכטן מיטוואך אויפדענאכט נאכן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט בית שמש, האט די רבי שליט"א אפגעשטאט אין טעלזסטאון, אונטערוועגנס צוריק קיין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד יציקת היסודות פאר א נייע פליגל פונעם היימישן קימפעטארין היים "בית החלמה ליולדות“, וועלכער ווערט מאסיוו פארברייטערט צו קענען נאכקומען די נאכאנאנדע וואוקס פונעם היימישן ציבור. ביים אנקומען האבן אפגעווארט דעם רבי'ן, הרב גבריאל פאפנהיים שליט״א וועלכע שטייט בראש פונעם קימפעטארין היים, און די חברי הנהלה הרב חיים אלעזר ראזענפעלד פון בית לפליטות און הרב אהרן צבי היילברוין, ווי אויך דער מעיאר פון טעלזסטאון הרב יצחק רביץ הי"ו.


דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט אינעם בנין און שטארק באוואונדערט די שיינקייט און פראקטישקייט צו פארגרינגערן פאר די אידישע מאמעס בעת שמחתם. דערנאך האט מען צוגעוויזן פארן רבי'ן די פלענער פון די שפאגל נייע פליגן נעבן די עקזיסטירנדע בנין, צו דראסטיש לינדערן די מאנגל אין צימערן וואס הערשט אינעם קימפעטארין היים, ווען כלל ישראל וואקסט און שפרודלט אויף א מאסיווע פארנעם בליעה"ר.


די רבי שליט"א האט דאן געגאסן די יסודות הבנין און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, וואו עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם באזוך פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי״ע, אינעם בית החלמה בשנת תשנ״ד. די רבי האט געגעטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן הנהלת המוסד, באזונדער האט די רבי איבערגעלאזט ברכת קדשו די יולדות אינעם היים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page