מעמד נרגש אין שפיץ פון האד' מסאטמאר ביים ‘הר הצופים’ קעגנאיבער מקום בית מקדשינו
- בחצרות הקודש
- לפני שתי דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

פאריגן מיטוואך אין א פריע שעה, נאך די מקווה, איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א ארויסגעפארן צוזאמען מיט הונדערטער חסידים צום ‘הר הצופים’, פון וואו מען קען איבערקוקן דעם מקום המקדש, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד נרגש והתעוררות.
ביים זעהן דעם מקום המקדש האט די רבי קריעה געריסן און דערביי פארגאסן טייכן טרערן מיט יאמערליכע בכיות אויפן גלות השכינה, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני גאולה מיט טיפע געגועים צום בנין בית המקדש. פון דארט איז דער רבי ארויסעגפארן צום שטאט בית שמש, וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן מיטוואך איבערן טאג בקרב קהילתו.
















































