top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ענדגילטיגער פסק דורך ביד"ץ בני ברק איבער סכסוך פון בעלי דירות אין מירון מיט מארגנים פון סאטמארער "שבת תולדות"

  • Bechatzros admin
  • לפני דקה
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

א דראמאטישער פסק דין איז נארוואס ארויסגעגעבן געווארן אנבאלאנגט די סכסוך צווישן הייזער אייגנטומער אין אתרא קדישא מירון, מיט די מארגנים פונעם גרויסן "שבת תולדות" אין מירון בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


דער הלכה'דיגער דיון איז שוין עטליכע וואכן דאס געשפרעך אין די תורה'דיגע און הלכה'דיגע וועלט, שאפנדיג א פלפולא דאורייתא און שיחתן של תלמידי חכמים אין די היכלי הכוללים ובבתי הוראה וועלכע זענען דן איבער די אינטערעסאנטע שאלה, וואס איז ענדגילטיג געברענגט געווארן פאר א דין תורה, און ס'איז ארויס א קלארער פסק לאמתה של תורה.


ווי באקאנט האט דער סאטמארער רבי שליט"א געוויילט אין מירון אינאיינעם מיט פילע טויזנטער חסידים פון איבער דער גארער וועלט וועלכע זענען געקומען צו פארן מכל קצוי תבל מיטצולעבן דעם היסטארישן שבת. מטעם דער וועד השבת איז אויפגענומען געווארן אן אראנדזשירונג-פירמע, אנגעפירט דורכ'ן מייסטער ארגאניזירער ר' יעקב חיים מיללער, וועלכער איז געשטאנען אין שפיץ פון אלע פארצווייגטע טעכנישע און לאגיסטישע דעטאלן ארום דעם שבת.


צווישן די הויפט אויפגאבעס לקראת דעם שבת, איז געווען דאס ארויסדינגען די הונדערטער דירות און צימערן איבער גאנץ כפר מירון, און דאס איז ווייטער ארויסגעדינגען געווארן דורכ'ן וועד השבת פאר די טויזנטער סאטמארע געסט.


כדי צו קענען האלטן די פרייזן מינימאל, האבן די עסקני וועד השבת ארויסגענומען די דירות אן צו זאגן אז ס'איז פאר א "סאטמארער שבת", ווייל דאן וועלן די פרייזן אויטאמאטיש שטייגן.


אויף דעם מהלך האט מען ארויסגעדינגען הונדערטער דירות מיט טויזנטער בעטן איבער גאנץ מירון און ארום, און הערשט נאכדעם וואס אלע הייזער אייגנטומער האבן ארויסגעדינגען זייערע דירות, איז באקאנט געווארן איבער דעם סאטמארער שבת, און א צאל בעלי דירות האבן אנגעהויבן מאכן א טומל אז מ'האט זיי אויסגענארט, זיי וואלטן קיינמאל נישט געבעטן אזוי ביליג ווען זיי ווייסן אז ס'איז פאר דעם גרויסן שבת, ווען ס'איז דא אסאך א גרעסערע פארלאנג פאר דירות און מ'קען זיך לאזן בעטן אסאך טייערער ווי סתם א שבת.


דער אייגנטומער פון די "פינף שטערן" אכסניא אין מירון, איז נאך פאר'ן שבת געלאפן צום ביד"ץ בני ברק, מיסודו של הגאון האדיר רבי ניסים קארעליץ זצ"ל און כיום בראשות הגאון רבי שריאל ראזענבערג שליט"א, און געבעטן מ'זאל מבטל זיין די שכירות אלס 'מקח טעות', און בי"ד האט געזאגט אז די טענות האבן נישט קיין האפט, און מקח בלייבט מקח.


אין די נאכפאלגנדע וואכן האט בי"ד ווייטער אויסגעהערט טענות איבער דעם נושא, און נעכטן מיטוואך וישלח איז ארויסגעקומען דער אפיציעלער "פסק בי"ד", וואו עס ווערט אפגעווארפן אלע טענות, איינס ביי איינס, און פירט אויס אז זיי זעען נישט קיין שום טענה אויף די מארגני השבת, ווען מ'נעמט ארויס דירות איז נישט פארהאן קיין שום פליכט צו מודיע זיין אויף וואס מ'נעמט עס ארויס, ובפרט ווען דאס איז א גורם צו הפקעת שערים, און די ארויסנעמער האבן די פולסטע רעכט ארויסצונעמען די דירות נאטירליך, אן זאגן פארוואס מ'דארף עס, און אזוי ארום אנהאלטן די געווענליכע נארמאלע פרייזן וואס מ'בעט פאר די דירות סתם אזוי.


ree
ree

bottom of page