רבבות מישראל מיטגעלעבט לאנג שעה'דיגע התרוממות עילאה ביי ריזיגער מעמד "ירושלים של מעלה" בראשות האד' מסאטמאר
- בחצרות הקודש
- 26 בנוב׳
- זמן קריאה 5 דקות
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א אייזנבאך
טויזנטער חסידי סאטמאר האבן מיטגעלעבט לאנג שעהדיגע התרוממות עילאה ביים געהויבענע מעמד "ירושלים של מעלה", וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט אין צענטער פון ירושלים עיר הקודש, בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
די מעמד וועט געוויס איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אותיות אין היסטאריע פון קהל יטב לב ד'סאטמאר איבער דער גארער וועלט, ווען עס איז געגאסן געווארן די יסודות און אנגעפאנגען די מלאכת הבני' פונעם גיגאנטישן בנין וואס וועט אנטהאלטן אין זיך אלע צרכי הקהלה והמוסדות ירושלים עיה"ק, און צווישן אירע ווענט וועלן נתחנך ווערן און נתגדל ווערן א לגיון של מלך וועלכע קלאמערן זיך און זענען ממשיך די ריינע אויסגעטראטענע דרך המסורה.
שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, שטייענדיג ווייניגער פון דריי יאהר נאכן שרעקליכן חורבן וואס איז אנגעזייט געווארן ביים העלישע פייער וואס האט דורכגעריסן דער בנין הביהמ"ד "ברך משה", און די דערנעבנדיגע בנין התלמוד תורה און ישיבה קטנה וועלכע זענען אממערסטנס פארניכטעט געווארן און זענען גענצליך ארויס פון באנוץ, האט מען ענדליך געגאסן די "יסודות" און מ'גרייט זיך שוין אט אט ארויפצוציען די גיגאנטישע אכט שטאקיגע געביידע, וגדול יהיה כבוד בית האחרון מבית הראשון.
דער מעמד האט זיך שוין אייגענטליך אנגעפאנגען ביים מסיבת הוקרה פאר די רייכע סאטמארער פילאנטראפן וועלכע האבן זוכה געווען צו זיין א טייל פון דעם בנין לה' ולתורתו, די מעמד איז געפראוועט געווארן אין די פריע מיטאג שעה'ן אינעם זאל "ויאמר יצחק" פאררופן דורך די ראשי ועד "קרן הבנין", געווידמעט פאר ספעציעל געלאדענטע אנשי שם נדיבי לב וועלכע האבן בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סומע פון "א מיליאן דאלער", אדער אנדערע גרעסערע סומעס, און האבן זיך דערביי אנגעשלאסן אלס פולע שותפים לדבר מצוה צום רבי'ן שליט"א.
די רבי שליט"א איז אנגעקומען צו די מסיבה ארום 2:00 מיטאג צייט, ווען דערמיט האט זיך עמטליך געעפנט דער רייכער מסיבה, א גאר רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט אויף א פראכטפולן פארנעם, און ספעציעלע בעלי מנגנים האבן מהנה געווען דעם ציבור מיט גאר רייכע נגינה, וואס רעדן איבער ירושלים עיה"ק, חורבן המקדש און ניגוני גאולה.
געעפנט דעם מעמד האט דער טשערמאן און יו"ר פונעם אווענט, הרה"ח ר' ישכר יאקאב הי"ו מנהל מוסדות סאטמאר בירושלים עיה"ק ומראשי ועד קרן הבנין, וועלכער האט איבערגעגעבן פאר'ן ציבור דער מצב הקהילה ומוסדותי' ובפרט נאך די ביטערע שריפה וואס האט איר באטראפן.
דאן האט מען געהערט די גאר רייכע דרשה פון הרבני הנגיד המפואר מו"ה ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק סאטמאר אין לאנדאן ומגדולי בוני הבית, וועלכע האט בנועם שפתותיו געשילדערט די היסטאריע פון די לעצטע צוואנציג יאר זייט די קהילה שטייט, דאן האט מען געהערט די רעדע פון הר' דוד הארנשטיין הי"ו, דער קאנטראקטאר און בוי אונטערנעמער פונעם בנין, וועלכער האט געשילדערט אלע פלענער וואו מ'האלט איצט, און וואס זענען די פלענער אויף ווייטער בסייעתא דשמיא מרובה.
א שטילקייט האט געהערשט בעת ווען דער חשוב'ער געהויבענער גאסט הגאון הצדיק אבדק"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו הגדול וחביבו פון רבי'ן שליט"א האט אויפגעטרויטן מיט'ן "משא המעמד".
דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די קורצע דברי ברכה און דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט בשבח פון די נדיבים בעם און ארויסגעגעבן זיין געוואלדיגע שמחה צו זען אז מ'בויעט ירושלים עיה"ק און די בניני הקהילה והמוסדות אויפ'ן דרך פון הייליגן פעטער זי"ע.
צום לעצט האט אויפגעטראטן דער בונה הבית הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי ועד קרן הבנין, וועלכער האט אין קורצן געשילדערט פאר'ן ציבור נדיבים בעם וואס האט שוין אפגעקאסט ביז היינט די מלאכת הבני', אויסער דעם קאסט אפ הון תועפות דאס דינגען דעם צייטווייליגן בנין הביהמ"ד והמוסדות.
נאכן מסיבה איז מען אריבערגעפארן אין שפיץ פון רבין שליט"א צום באדן פונעם נייעם ביהמ"ד וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א ספעציעלע גרויסע סטעיטש, און מ'האט געעפנט דעם צוים ארום די געביידע, וואו די רבי שליט"א אינאיינעם מיט אלע נגידים זענען געוויזן געווארן אלע פלענער פון יעדע שטאק, וואו עס האט זיך דערקענט א געוואלדיגע קורת רוח על פני הצדיק.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אין באגלייטונג פון די נגידים בעם ארויסגעפארן צום געהויבענעם מעמד "ירושלים של מעלה". אינעם גיגאנטישן שאטער זענען געזעצן די טויזנטער געסט אינאיינעם מיט די בני ירושלים, זקני ונקיי הדעת שבירושלים, זייט-ביי-זייט האבן זיך פארזאמלט טויזנטער אידן די בני העדה החרדית און תושבי ירושלים בכלליות.
דער ריזיגער גיגאנטישער שאטער איז געווען אויסגעלייגט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס לענגאויס די דריי זייטן, מיט איבער פיר טויזנט ערטער. דעם דריי שטאקיגן בימת הכבוד וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ביים מזרח וואנט פונעם צענטער פונעם שאטער, וואס איז געווען אויסעגזעצט מיט די סאמע גרעסטע לייבן גדולי וצדיקי הדור שליט"א פון ירושלים עיה"ק, וואס האבן זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבה און זענען געקומען מיטהאלטן און באשיינען דעם מעמד.
ווען די רבי שליט"א איז ארויפגעקומען צום בימת-הכבוד, האט זיך דער ציבור האלפים ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, אנגעפירט דורכן ר' יואל קליין הי"ו ראש המשוררים לבית סאטמאר ירושלים אינאיינעם מיט דער סאטמארער קאפעליע און דער בארימטער בעל מנגן מו"ה זאנוויל וויינבערגער הי"ו.
אלס יו"ר המעמד האט געדינט הרב הגאון רבי יצחק דוד יאקאב שליט"א יו"ר ועד החינוך אין ק"ק סאטמאר ירושלים ומנה"ר ישיבה קטנה סאטמאר בני ברק. ער האט צווישן אנדערן ארויסגעברענגט בשבח הקהילה הקדושה פון סאטמאר ירושלים, וואס איז אפגעזונדערט פון די גאנצע גאס מיט אלע מיני התבדלות סיי פון די רשעי עמינו די ראשי הציונים און סיי פון די חרדי'שע פארטייען, און אזוי אויך פון אלע טעכנאלאגיעס און כלים מכלים שונים.
צום ערשט איז ערשינען דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות וועלכער איז אויפגענומען געווארן אויפן בימת הכבוד דורך ידיד נפשו די רבי שליט"א, דערויף זענען ערשינען די גדולי צדיקי וזקני ירושלים שליט"א ובראשם שרי התורה מרנן ורבנן חברי הבד"צ שליט"א אינאיינעם מיט צענדליגער מורי הוראה ומנהיגי קהילות הקודש אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות שליט"א.
ספעציעל איז אויפגענומען געווארן מיט התרגשות דער פאר הדור הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכער איז ערשינען אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א. אזוי אויך האבן באשיינט דעם אויבנאן הרבנים הגאונים הצדיקים רבני ודיני קהילות סאטמאר שליט"א די בכל אתר ואתר, ובראשם דער עמוד ההוראה ומגדולי פוסקי דורינו הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט''א בעל "אגלי דבש", און נאך. דאן האט אויפגעטראטן מיט א פייערדיגע דרשה הגאון רבי שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ וראה"כ סאטמאר אין לאנדאן, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ריזיגן ציבור מיט זיינע דברי פי חכם חן.
קורץ דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם "דבר ה' מירושלים" וואס דער פוסק הדור שליט"א האט משמיע געווען, מלא וגדוש מיט טיפע און יסודות'דיגע רעיונות איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה און איבערחזר'ן און מאכן די בחינות דערויף.
אין זיינע דברות קודש האט דער גאון שליט"א צווישן אנדערן ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התרגשות און רגשי לבבו הטהור אז אזא ציבור סאטמארער חסידים קומען זיך צונויף בראשות דעם רבי'ן שליט"א צו בויען דעם נייעם בנין פאר די סאטמארער קהילה דאהי אין ירושלים. דאן האט דער פסוק הדור שליט"א גערעדט מיט דברות קודש חוצבים להבות אש איבער די זירת הגיוס און קעגן די מתפשרים למיניהם. נאך זיין דרשה האט דער רבי שליט''א ארויסבאגלייט דעם גאון ביותרת הכבוד.
דער קלימאקס פונעם מעמד איז געווען די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וואס האט געדינט אלס "דברי הדרכה" פארן יהדות הצרופה אין ירושלים, וועלכע האט אריינגעבלאזן חיזוק פאר סאטמארער חסידים בפרט און פאר די רבבות בני העדה החרדית בכלל ובראשם שרי התורה חברי הבד"צ ומנהיגי קהילות הקודש שליט"א וועלכע זענען אלע געזעצן אין לויף פון די לאנגע שעה און אויסגעהערט די דברות קודש חוצבות להבות אש.
דער רבי שליט"א האט אין זיינע ווערטער בארירט צענדליגער דברים הצריכים תיקון און בפרט האט ער געפייערט מיט א קול חוצב להבות אש, קעגן דעם "חוק הגיוס" וואס האלט אין די טעג בעפאר'ן באשטעטיגט ווערן מיט די גושפנקא פון חרדי'שע אידן רח"ל, וואס וועט ליידער אראפשניידן פופציג פראצענט פונעם יהדות החרדית און זיי מפקיר זיין פון זייער אידישקייט להעביר על דתם ה"י.
די מעמד איז געשלאסן געווארן מיט פייערדיגע טענץ, מיט שמחה של תורה ומצוה וואס האט עררייכט צו די הויכע אטמאספערן און האט זיך פארצויגן פאר א לאנגע שעה.
אשרי עין ראתה כל אלה!.




























































































