מאסן-צוזאמקום פון סאטמארער חסידים ביים דינער השנתי לטובת מוסדות סאטמאר בארא פארק
- Bechatzros admin
- לפני 49 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

די זאלן פון "עטרת חי'" אין בארא פארק איז דעם מוצאי שבת געווען דער אכסניא של תורה פון מאסן סאטמארער חסידים תושבי העיר, וואס האבן זיך פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד צום כינוס השנתי, מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות "מוסדות תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר" ביים יערליכן דינער לטובת המוסדות וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א שטארקע הצלחה און סייעתא דשמייא.
דער אויבן אן איז באשיינט געווארן מיט דאס השתתפות פון הרבנים הגאונים וצדיקים, רבני העיר, א גרויסער טייל פון זיי טאטעס און זיידעס פון די תלמידי המוסדות, ובראשם דער מרא דאתרא כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע איז געקומען צו פארן צו באשיינען דעם געהויבענעם מעמד, און משמיע צו זיין די דברי חיזוק והדרכה פאר די בני הקהלה.
ווארעמע דברי תורה וברכה איז געהערט געווארן פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט א צאל יסודות איבער דאס גרויסקייט פון שטיצן די הייליגע מוסדות, אינצווישן האט מען געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט ביים ערשיינען זיך באגריסט במאור פנים מיט די פילע רבנים גאונים וצדיקים שליט"א וואס האבן באשיינט דעם אויבן אן, און די בארא פארקער רב האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה. דערנאך האט מען געהערט דעם "דבר המוסדות" פון הרבני התורני ר' אהרן וועלץ הי"ו וועלכער האט אין זיין קורצע רעדע ארויסגעברענגט שטריכן איבער דעם רוחניות'דיגן בליה און וואוקס פון די הייליגע מוסדות, און ארומגערעדט בשבחם פון די כלי קודש, מגידי שיעור, מלמדים, מחנכים און מחנכות וואס לייגן כסדר אריין איבערמידליכע כוחות פאר די הצלחה פון יעדן תלמיד ותלמידה, ווי מען קען כסדר זיין אויף די הצלחה'דיגע פירות וואס די מוסדות גיבן ארויס.
צום הויכפונקט האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט כדרכו מקדים געווען א דרוש בפרשת השבוע משולב מיט עניני החזקת המוסדות, ומענין לענין האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער די נסיעה קיין ארה"ק פון ווי מען האט זיך נארוואס צוריקגעקערט, און ארויסגעברענגט די שטארקע קורת רוח פון זיך באגעגענען מיט די חשובע בני עליה ותלמידי חכמים מפורסמים וואס זענען אין די בחינה פון 'עולים', אבער מען האט אויך געזען די 'יורדים', נעמליך די בחורים פון חוץ לארץ וועלכע לערנען אין ארץ ישראל און דרייען זיך אין די דארטיגע גאסן בייטאג און ביינאכט, מען דרייט זיך אויף הפקר אין אלע פלעצער און אויף אלע שמאלע גאסן אנשים נשים וטף, און דאס דארף יעדע איד וואס שיקט זיינע בחורים לערנען אין ארץ ישראל וויסן די סכנה וואס דאס איז בגשמיות וברוחניות. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און געזאגט אז אינו דומה שמיעה לריאה, ביז יעצט האט מען געהערט פון די גזירה און יעצט האט מען צוגעזען די פחד אין וואס מען לעבט דארט יעדע בחור און אינגערמאן און אזוי אויך די עלטערן אויף די קינדער מען זאל ח"ו נישט ארעסטירט ווערן רח"ל. דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור, און פארלאזט די מעמד.












































































