top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעכטיגער געהויבענער שבת קודש אין אתרא קדישא מירון בצילא קדישא פון האד' מסאטמאר | ברייטע דעקונג

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 26 בנוב׳
  • זמן קריאה 6 דקות

מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: א. אייזענבאך

עס איז שווער צו שילדערן דעם אומבאשרייבליכער התעוררות וואס האט במשך דעם פארלאפענעם שבת און די טעג ארום, געהערשט באתרא קדישא מירון בצל הקודש פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, וואו טויזנטער טויזנטער אידן, עדת חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט, האבן געפראוועט דעם שבת עילאה בראשות דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און מתפלל געווען הייסע תפילות לנו ולכל ישראל.


ווי שוין ברייט באריכטעט האבן טויזנטער אידן פון ארץ ישראל און חוץ לארץ געמאכט זייער וועג דאנערשטאג נאכט קיין מירון. די גאסן אין מושב מירון באקומען היימישע נעמען על ספרי צדיקי בית סיגעט סאטמאר, אזוי האט מען גרינג געפונען די אכסניא, טראץ דעם וואס מ'האט באקומען די הרגשה אז מען איז נישט געקומען אויף קיין לוסטרייזע, דער ציל איז געווען צו קענען זיך געפונען וואס מער בצל התנא הקדוש רבי שמעון בר יוחאי. דורכאויס די נאכט פון ליל שישי און פרייטאג באשמורת הבוקר איז די מערה געווען געפאקט מיט טויזנטער אידן, א גרויסער מערהייט סאטמארער חסידים, וועלכע האבן שופך שיח געווען מיט אן אויסטערלישער התעוררות.


פרייטאג צופרי איז די רבי שליט"א אנגעקומען צו די מערה, און משמיע געווען פלאמפייערדיגע דברי התעוררות איידער דעם מעמד תפלת רבים. דער רבי האט דערמאנט אז דא ביים הייליגן תנא רבי שמעון, וועלכער איז "שבת דכולא שתא", איז א גאנץ יאר דא דער הייליגער כח צו שעפן ישועות. דער רבי שליט"א האט געמאנט מען זאל נישט פארשלאפן די צייט, נאר נתעורר צו ווערן מיט א כח פון תשובה.


עס האט זיך געהערט בכיות נמרצות פון רבי'ן דערמאנענדיג די פילע ישועות אויף וואס אידן זענען אנגעוויזן, און דער קול בכי פונעם גאנצן ציבור האט אפגעהילכט איבער'ן גאנצן ארום, ווען אידן האבן איינגעריסן אויף אייגענע ישועות, און אויף ישועתן של ישראל, דערנאך האט די רבי שליט"א פארגעזאגט דעם קאפיטל "יענך ה' ביום צרה" און "ממעמקים קראתיך ה'" מיט א קול בכי ומעורר, מיטן ימים נוראים'דיגן נוסח. שעות נאכאנאנד האט מען געזאגט תהלים, און מען האט מסיים געווען גאנץ ספר תהלים. אינצווישן האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות בעת די רבי שליט"א האט געליינט די קוויטלעך, ובפרט פון די בחורי חמד תלמידי הישיבה גדולה הקרוים בנים, די בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט די גרויסע סכומים פארן רבינ'ס צדקה קאסע.


נאך א הפסקה איז דער רבי צוריק ארויפגעקומען צום מערה צום דאווענען, און צום ערשט געלייגט תפילין פאר צוויי בר מצוה בחורים, צווישן זיי א איר אייניקל ביים רבי'ן, דער רבי האט אפגעראכטן א געהויבענער ראש חודש'דיגע דאווענען, מיט א היימישער הלל אינעם הייליגן מערה אינאיינעם מיט טויזענטער אידן צונויפגעפרעסט אינעם מערה און פילע אידן ארום און ארום אינדרויסן, נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.


בפניא דמעלי שבתא איז די גרויסע אוהל התפילות אויפן גיגאנטישן שטח תולדות אהרן הונטער די מערה געווארן איבערגעפולט מיט טויזנטער אידן שאפנדיג א מחזה הוד, אויף מזרח זייט האט זיך געצויגן דער לאנגע אויבן אן אויף א ספעציעלע העכערע פלאטפארמע צוגעגרייט ספעציעל פאר די רבנים ודיינים פון קהילות קדושות סאטמאר ברחבי תבל, און די בני משפחת המלוכה, און אין צענטער צוגעגרייט דער מקום מיוחד פאר'ן רבי'ן שליט"א.


צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום דאווענען אין די מערה, ווען אויף צורת קדשו דערקענט זיך דער אימה ופחד פון דעם קדושת המקום כי נורא הוא.


די רבי שליט"א האט גלייך צוגעטרעטן צום עמוד און אנגעהויבן 'הודו' מיטן פלאקער און ברען וואס האט יעדן מיטגעצויגן צו א העכערער התעוררות און אש קודש, נאך מנחה האט מען געהערט די פייערדיגע דרשה פון הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף דומ"ץ סאטמאר אין בני ברק מיט א שלל מאמרים נשגבים בגודל קדושת המקום והזמן. נאך די פייערדיגע דרשה איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת הגה"צ רבי משה פריעדמאן דומ"ץ סאטמאר-בארא פארק. ביי "בואי בשלום" האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבים. נאך קדיש, איז די רבי שליט"א ערשינען אויף די בימה אין צענטער פונעם אוהל התפילות און פארגעזונגען "בר יוחאי" מיט אן אש קודש און התלהבות, כמנהג המקום. נאכן דאווענען איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן גוט שבת פארן רבי'ן וועלכע האט יעדן משיב געווען מיט א סבר פנים יפות.


דערנאך האט די ריזן ציבור געמאכט די וועג צום גרויסן אוהל הסעודות וואס איז איבערגעפילט געווארן פון ברעג צו ברעג, טויזנטער אידן ובראשם די גרעסטע לייבן וואס סאטמאר פארמאגט גדולי רבני סאטמאר האבן געפראוועט אינאיינעם די סעודה בשבת אחים גם יחד מיט שירות ותשבחות לקל חי, און ריקודין נלהבין אנגעפירט דורך דעם מיטב נגן הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.


גלייך נאך די סעודה איז מען אריבער צום דערנעבנדיגן גיגאנטישן "אהל השולחנות" וואס איז געווען הערליך אהערגעשטעלט פון אלע צדדים. בליץ שנעל איז דער זאל געווען איבערגעפולט מיט די טויזנטער חסידים, צווישן זיי אויך אויף די הויכע מער-ברייטערע פארענטשעס וואס מ'האט מצליח געווען צוצושטעלן אין די לעצטע מינוט, נאכדעם וואס די ארגינעלע פארענטשעס זענען רשעות'דיג צונומען געווארן דורך די אפיציעלע אינסטאנצן, וואס מ'האט אזוי קלאר געזען אז דער שבת איז לצנינים בעיניהם, א ריכטיגער גירא בעינא דשטנא.


דער רבי שליט"א איז ערשינען צום טיש, מלובש מיט די ווייסע ימים נוראים-בעקיטשע, מיטן טלית אויף די פלייצע, און גלייך אנגעהויבן צו זינגן "שלום עליכם" מיט געווייקטן סאטמארער ניגון, וואס האט גלייך יעדן מיטגעצויגן צו א דביקות און התעוררות. אזוי האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות ווי אלע וואכן, ביז צו קידוש ווען מען האט פאר דעם מקדים געווען צו זינגן דעם הייליגן ניגון "התעוררות רחמים רבים" וואס איז מקובל פון הרה"ק די זלאטשובער מגיד, בעת דער רבי שליט"א האט געזאגט פאר זיך דעם מאמר הזוהר מיט א רגש דקדושה.


נאך קידוש האט דער רבי שליט"א זיך געוואשן, און קוים נאכן טועם זיין א כזית, האט זיך שוין געשפירט אין די לופטן, אז ס'איז "שבת מירון". מ'האט אנגעהויבן צו זינגן "לכבוד התנא האלקי", די רבי האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן צו טאנצן אהין און צוריק מיט אן אומבאשרייבליכער התלהבות וואס האט מיטגעצויגן יונג און אלט. נאך די ריקודין האט די רבי האט משמיע געווען דברות קודש, אויפ'ן פסוק "אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש שבתי בבית ה' כל ימי חיי" א פסוק אויף וואס דער גאנצער שבת האט זיך געדרייט ביי די פייערדיגע דברות קודש פון רבי'ן שליט"א דורכאויס דעם גאנצן שבת. די ר"ת פון ש'בתי ב'בית ה' איז די ר"ת פון ש'מעון ב'ן י'וחאי, די רבי האט ארומגערעט פון די שיטה פון רבי שמעון אז מען איז קונה אן עבד מיט "קנין הגבהה" און מיט דעם וואס טאנצט און מען הייבט זיך, ווערט מען אן עבד פאר'ן הייליגן באשעפער. ספאנטאן האט מען אנגעהויבן צו זינגן דעם באקאנטן מירונ'ער "אנא עבדא" ווען דער ציבור מיטן רבי'ן שליט"א בראש האבן זיך געהויבן אין די לופטן.


נאך א לענגערע צייט פון ריקודין ודברות קודש, האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען די סעודה, ווען אינמיטן טיש האט מען געזינגן צוזאמען "ואמרתם כה לחי" און עטליכע מאל האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און מאריך געווען מיט גרויס רגש איבער דעם קדושת המקום, מיט הארציגע דיבורים מעומק לבבו הטהור.


ביים סוף פונעם טיש, נאך עטליכע געהויבענע שעות, האט מען ווידער א מאל אנגעהויבן זינגן "לכבוד התנא האלקי" און ווידער א מאל איז דער ציבור געווען ווי אין די לופטן, זעענדיג דעם פרישן ברען פון התלהבות דקדושה וואס דער רבי שליט"א ברענגט אריין ביים ציבור מיט די ריקודי קודש מיט איין שטיק ברען און התעוררות של דביקות ושמחה באנעזאם.


בצפרא דשבתא האט די רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו שחרית מיט א שטארקן רגש און קול בכי, ביים ליינען האבן עולה געווען די גדולי רבני הקהילה, און די רבי האט עולה געווען שישי ווי יעדע וואך, מוסף האט פארגעדאוונט הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, דערנאך איז די ציבור געגאנגען עסן די סעודה כמעשהו בראשונה בשבת אחים גם יחד.


דער הויכפונקט איז געווען ביי שלש סעודות ווען עס האט זיך פארגאסן נהרי נחלי דמעות, זינגענדיג די ניגוני התעוררות ודביקות, דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש מיט דברי התעוררות איבער ישועות אין וואס אידן נוטיגן זיך ובפרט פאר ערליכע דורות, עס האט דערנאך אפגעדינערט דער ניגון "ויהי' זרעי וזרע זרעי" מיט א אומבאשרייבליעכע התלהבות, ווען פעסער טרערן האט זיך געגאסן פונעם ציבור, זייענדיג מתפלל פאר זיך און פאר די דורות הבאים.


נאך א פייערדיגן ה' מלך וואס האט אפגעהילכט ביז ווייט, און נאכ'ן זינגן ווייטער די זמירות האט מען ווייטער געהערט דעם קול הקריאה פון רבי'ן שליט"א ביי די דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מיט טרערן געווייקטע אויגן, מיט מאמרים פונעם הייליגן תנא רבי שמעון זי"ע, ובפרט וואס ער שרייבט דאס הארבקייט פון שער באשה, וואס ברענגט ח"ו דאס פארקערטע פון א ברכה אין א אידישע שטוב. ס'איז געווען בולט ווי עס גייט פאר'ן רבי'ן שליט"א בנפשו דער ענין חמור, ווי אין דעם הייליגסטן מאמענט במשך דעם שבת האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגענהייט מעורר צו זיין איבער דעם ענין ווי שטארק און ווייט מען דארף זיך אכט געבן דערויף.


גלייך דערויף האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות. מ'האט אנגעהויבן מיט "קה אכסוף" און ווייטער מיט ניגוני התעוררות וואס איז צוגעגאנגען אין די ביינער. נאך א לאנגע צייט זינגן ניגוני התעוררות, האט מען ממשיך געווען מיט די ניגונים פון ידיד נפש און קל מסתתר, און דאן האט דער רבי שליט"א א דריט מאל משמיע געווען מאמרותיו, דאס מאל איבער די קבלות טובות וואס יעדער דארף זיך מקבל זיין אויף דעם הייליגן מקום, דאס מיטצונעמען אויף "כל ימי חיי".


פארן בענטשן, האט מען נאך אמאל אנגעהויבן דעם לעבעדיגן "לכבוד התנא האלקי" ווי דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט צו א פרישע רקידה, ווידער אמאל מיט אלע כחות, ווען א ציבור פון אזויפיל טויזנטער אידן זענען רוקדים ומכרכרים בכל עוז ותעצומות, ווערנדיג מיטגעשלעפט מיט די הימלישע כחות פון רבי'נס רקידה מיט אזא התלהבות און ברען.


מ'האט דערנאך געבענטשט און געדאווענט מעריב. דער זייגער האט שוין געקלאפט אויף עטליכע שעה נאך זמן רבינו תם, אבער מ'האט זיך גאר שווער זיך געקענט שיידן פון דעם געהויבענעם שבת וואס האט ביי יעדן אנגעצינדן אן התלהבות'דיגן ברען וואס וועט האפנטליך נמשך ווערן לעד ולעולמי עולמים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page