top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספר המלך: אלפי חסידי וויזניץ פייערן "הכנסת ספר תורה" אריינגעגעבן ערב יו"ט שבועות דורך האד' מוויזניץ

  • לפני 6 דקות
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, א. ברגר

אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים, עליונים ששו ותחתונים עלזו בשמחת התורה, הדרא דלא אפשר למפרט, ווען טויזנטער חסידי וויזניץ מכל קצוות תבל האבן מיטגעלעבט א הייליגע איבערלעבעניש וואס וועט בלייבן איינגעקריצט מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים, ווען דער רעיא מהימנא קדישא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט אריינגעפירט זיין פריוואטן ספר תורה צום היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ דעם ערב יום טוב שבועות זמן מתן תורתינו, במקהלות אלפי ישראל.


וזה יצא ראשונה, האט זיך דער קייט פון מאורעות אנגעהויבן מיטוואך נאכט ליל ערב יום טוב, ביים גרויסארטיגן מעמד 'מלכות שבמלכות' - דער סיום כתיבת האותיות וואס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אינעם ביהמ"ד הגדול. נאך תפילת מעריב און די לעצטע ספירת העומר, איז דער רבי שליט"א ערשינען מלובש בבגדי שבת, און מען האט אנגעהויבן הארציגע ניגוני התעוררות און כיסופים בכלי זמר ושיר באגלייט דורך די וויזניצער קאפעליע. צו די זייט פונעם רבי'ן איז געזעצן גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט''א און די קינדער און איידעמער הרבנים הגאונים הצדיקים ובראשם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט''א און הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א.


מיט געהויבענע הרגשים האט דער רבי שליט"א אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן בתכלית ההידור והיופי, און ביים פארענדיגן שרייבן די אותיות הטהורות האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש בענייני היום, און זיך דערביי ארויסגעלאזט אין ריקודין קדישין לכבוד שמחת התורה, זייענדיג איינגעהילט אין א געוואלדיגע חדוותא דאורייתא בנהירו דאנפין.


צומארגנס דאנערשטאג ערב יום טוב שבועות קבלת התורה, איז דער רבי ערשינען אינעם ביהמ"ד הגדול צו שחרית ברוב עם, לרגל די שמחת הנחת תפילין פונעם עלטסטע אור-אייניקל בן אחר בן, הבחור החשוב משה יהושע האגער, בנו בכורו פון זיין אייניקל הרב חנניה יום טוב ליפא האגער, זון פון בנו הגדול הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט''א. נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און נאכדעם אויפגענומען די הונדערטער געסט פון חו"ל מיט קוויטלעך, להפקד בדבר ישועה ורחמים.


שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אריבער לביתו נאווה קודש פון אביו הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע שעה, און אום 5:00 נאכמיטאג האט דער רבי ארויסגעפירט דעם ספר תורה לחצר גינת ביתן המלך צום באשיידענעם תהלוכה ברחובה של עיר.

דער רבי האט באגלייט דעם ספר תורה אויף די גאסן פון קרית מלך רב אנגעכאפט אין הרבני הנגיד רבי משה פסח הירשלער הי"ו פון לאנדאן און מקורבו הנגיד רבי יעקב אדלער הי"ו, וואו עס האבן בלויז באגלייט די בני משפחת המלוכה קינדער און אייניקלעך פונעם רבי'ן שליט"א און זיין שוואגער דער ראש ישיבה, וואו די אייניקלעך די בחורים האבן פאראויס באגלייט מיט פייער פאקלען לכבוד התורה.


ביים אנקומען פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול איז אפגעהאלטן געווארן א רירנדער מעמד ספעציעל פאר די טויזנטער צאן קדשים, וואו דער רבי איז געטאנצן מיט די תורה און מעודד געווען די ריקודין פאר קרוב צו א האלבע שעה בשעת די קינדער זינגען הארציגע ניגונים, אינצווישן זיי דעם ניגון "יש בורא עולם" וואס דער רבי האט לעצטענס אריינגעברענגט.


אן עלעקטראנישע שטראם פון שמחה האט זיך אראפגעלאזט אויף די מאסן וועלכע האבן זיך געהויבן אין די לופטן מיט אן אומבאשרייבליכער התלהבות, בעת אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום צענטער פון היכל וואו דער רבי שליט"א פירט אן די פייערדיגע ריקודין של מצוה מיט אן אויסטערלישן ברען, זייענדיג מפזז ומכרכר בכל עוז, און עס האט יעדן ארומגעכאפט אן אויסטערלישן התרגשות און כבוד התורה.


די ריקודין האבן גובר געווען דער רבי איז ארויס אין פלאם פייערדיגע טענץ מיט זיינע קינדער הרבנים, מיט חתנו הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט''א, און מיט זיין שוואגער דער ראש ישיבה ובניו. בין גברא לגברא האט דער רבי פארגעזינגען 'אנא עבדא' און נאך ניגוני קודש בקולו הנעים מיט גרויס השתפכות הנפש.


נאכדעם האט דער רבי פארגעזאגט 'לדוד מזמור' און ארויף צום ארון קודש וואו ער האט נאכאמאל געטאנצן א פייערדיגן טאנץ אנגעכאפט מיטן שוואגער דער ראש ישיבה און בנו הגדול הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט''א, דערנאך פארגעזאגט מזמור לדוד, און מיט געהויבענע הרגשים אריינגעלייגט די ספר תורה אינעם ארון הקודש.


עס איז שוין געווען נאכן זמן הדלקת הנרות ווען דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי אויף תפילת מנחה, און שפעטער אריינגעקומען צו מעריב מעוטף בטליתו און געדאווענט פארן עמוד, ווען די נאכפאלגנדע יום טוב איז פאריבער מיט גרויס התרוממות הנפש, זייענדיג איין לאנגע קייט פון קבלת התורה, נאך די געהויבענע מעמד.


ליל יו"ט נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן דעם שולחן הטהור אנגעהויבן פון קידוש, שפעטער פארטאגס נאך תיקון ליל שבועות אום 4 אזייגער איז פארגעקומען דער מעמד 'קדרותא דצפרא' אין שפיץ פון בנו הגדול אב"ד קרית וויזניץ שליט''א, וואו מען האט געזונגען די ניגונים ונוסחאות כנהוג.


יום טוב אינדערפרי ביים דאווענען האט דער רבי פארגעדאווענט 'הקל בתעצומות' מיט א פלאם פייער. פאר 'אקדמות' ביים עפענען דעם ארון קודש, האט הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט''א פארגעזאגט 'שיר המעלות ממעמקים' אויפן נוסח ימים נוראים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן. דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט 'אקדמות' בקול רעש גדול און עולה געווען לתורה די קריאה פון עשרת הדברות אינעם נייעם ספר תורה, די מיליכיגע סעודה האט דער רבי אפגעראכטן באופן פרטי, און ליל שב"ק איז דער רבי ווידער אריינגעקומען צום דאווענען און אפגעראכטן דעם טיש אין ביהמ''ד.


ביי די טיש האט דער רבי מכבד געווען הרב מרדכי גענוט דעם מחבר פונעם לוח 'דבר בעתו', מיסב צו זיין על שולחנו און זיך וואשן צום סעודת שבת, און דערביי דערציילן עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי יודא'לע מדזיקוב זי"ע, לרגל די יארצייט די וואך.


שבת אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית פארן עמוד און פארגעזונגען 'תתברך' לכבוד יום טוב שני של גליות, שפעטער האט דער רבי אומגעראכטן אפגעראכטן א קידושא רבה און געזאגט תורה. לעת ערב נאך מנחה האט דער רבי אפגעראכטן שלש סעודות ווי געווענליך ביזן זמן מוצאי שבת.


דער הויכפונקט פונעם יום טוב איז געווען דער מעמד נעילת החג און סעודה לגומרה של תורה מוצאי שבת, וואס איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די שמחת הבר מצוה פונעם רבינס אור-אייניקל. דער רבי איז אריינגעקומען צו די ריקודין עילאין און געטאנצן מיט גרויס התלהבות. בדחנא דמלכא ר' ישראל שעכטער הי"ו האט מהנה געווען מיט ווארימע חרוזים, און דער רבי האט ווייטער מיט גרויס התלהבות מעודד געווען די ניגונים, בפרט ביים ניגון 'יש בורא עולם' וואס האט ווי עלעקטרעזירט דעם ביהמ''ד.


בהדרת כבוד האט מען אנטפאנגען די חשובע אורחים כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א און הגאון הגדול רבי בערל פוברסקי שליט"א ראש ישיבת פאנעוועזש מיט וועמען דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט צו א פייערדיגן טאנץ.


ערשט אום 1:15 ביינאכט איז געשלאסן געווארן די געהויבענע מעמד, ווען די געפילן רוישן נאך אין די הערצער נאכן מיטלעבן די היסטארישע מעמד און די נאכפאלגנדע יום טוב בהתרוממות עילאה וואס וועט לאנג נישט פארגעסן ווערן ביי די וואס האבן דאס מיטגעלעבט.



bottom of page