top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי בארא פארק אנטיילגענומען ביים מאסיוון "מסורה" דינער לטובת כולל חבת ירושלים

  • לפני 37 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

טויזנטער תושבי עיר בארא פארק, ובראשם פילע אדמור"י ורבני העיר שליט"א האבן דעם פארלאפענעם מאנטאג נשא א' איבערגעפולט די פראכטפולע עטרת גאלדא און ליפשיץ זאלן אין צענטער פון שטאט, און זיך משתתף געווען בגוף ובממון ביים דערהויבענעם דינער השנתי 'מסורה' לטובת די אור אלטע מסורה'דיגע צדקה, צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חבת ירושלים.


די דינער האט היי יאר געטראגן א טיפערע און העכערע באדייט ווען מען האט אפגעצייכענט געווארן דעם יובל מאה וחמישים שנה להסתלקות מרן הרה"ק מצאנז זי"ע נשיא הכולל וואס האט זיך כידוע מוסר נפש געווען לטובת כולל חבת ירושלים, און במשך פונעם גאנצן נאכט.


אריינקומענדיג אין זאל איז געווען אויסגעלייגט א הערליכע 'זכור ימות עולם' אויסשטעלונג פון צענדליגע חפצי קודש און כתבי ידות פון ד צדיקים הקודמים נשיאי הכולל און ראשי השלשלת, אזוי אויך אור אלטע פושקעס פונעם כולל און קבלות פון צענדליגע יארן צירוק.


די דערהויבענע נאכט איז געווארן תוכן'דיג אנגעפירט דורך די אלעמען באקאנטע יושב ראש הרב ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וואס האט מיט זיין לשון לימודים מהנה געווען בדברים נעימים און אויפגעפלאמט דעם ציבור מחזיק צו זיין דעם הייליגן צדקה.


א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכל הקהל הקודש, באגלייט מיט נאסטאלגישע מוזיקאלישע קלאנגען, דורך ר' הערשל ראטטענבערג פון אנטווערפען, אינאיינעם מיט די שירה קאפעליע.


א הערליכע צוויי שטאקיגן בימת הכבוד האט באשיינט די אויבנאן פונעם זאל, ווי עס זענען זענען געזעצן אויסגעשורה'ט די אדמור"י ורבני העיר, דיינים ראשי ישיבות ומרביצי תורה שליט"א ובראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א – נשיא הכולל, און האדמו״רים מראחמסטריווקא, בית חיים יהושע, צאנז זמיגראד, סטיטשין, גארליץ, סקאליע, פאפא ב״פ, לויעב טשערנאביל, בלאזוב, בלאזוב ריבאטיטש, וויעליפאלי, רודניק, צאנז ב״פ, צאנז סטעטן איילענד, צאנז מאנסי, בני תורה צאנז.

הרבנים האונים הצדיקים גאב״ד מעזשביזש, אבד״ק בריזדאוויץ, אבד״ק ציעשינוב, ראב״ד פאלטישאן, דומ״ץ באבוב, ראש ישיבת באבוב, אבד״ק סאטמאר 15, הגה''צ רבי יעקב בער טייטלבוים אבד''ק סיגוט, הרה''צ רבי רבי דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, אבד״ק קרשאנוב, אב״ד טשענסקאוויץ, אב״ד בייטש, אב״ד קליינווארדיין, אב״ד גלאגוב, אבד״ק מאד, אבד״ק לינז, אבד״ק יאקע, אב״ד ווישניצא, אב״ד פשעווארסק וויליאמסבורג, רב דקהל אנשי ספרד, אב״ד טארטיקוב, אב״ד טארניפאל, אב״ד חליסה, אב״ד סאדאוונא, אב״ד וואוידסלאוו, אב״ד ראדאוויץ, אב״ד ראדימושלא, און נאך פילע דיינים ומורי צדק פון שטאט.


ספעציעלע מתנות זענען פארטיילט געווארן פאר די חשובע תומכים, דערצו איז פארטיילט געווארן פאר אלע משתתפים די נייע הערליכע ספר "שפע החיים" פונעם נשיא הכולל מרן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע ארויסגעגעבן לארו עולם ומנדבת לבו הטוב פון הנדיב המפורסם הרב יואל לאנדא שליט"א.


ביים דינער האט די יושב ראש ר' ישראל שטערן צום ערשט אויפגערופן די לאנגיעריגע געטרייע מנהל הכולל הגה"צ רבי ישכר בעריש רובין שליט"א אדמו"ר מדאמבראווא וואס האט מיטגעטיילט מיט אלע משתתפים די ריזיגע פעולות צדקה וחסד פונעם כולל און די חשיבות פון דעם פושקע ביי אלע צדיקים.


דערנאך האט מען ארויפגערופן די 'פרס תורתו דרבי מאיר' הרב הגאון ר' נפתלי בנימין פאשקעס מרבני ק"ק צאנז קלויזענבורג ור"י שערי התורה וואס האט אויפגעטרעטן מיט א קורצע דרשה איבער די חיוב און זכות צו שטיצן דעם כולל.


די יושב ראש האט דאן אויפגערופן די צוויי חשוב'ע "נזר נחלת אבות", חשוב'ע בנן של קדושים אייניקלעך פונעם נשיא הכולל הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, הרב מרדכי רובין שליט"א אב"ד עטרת אברהם ווישניצא לעיקוואד און הרב הערשל הלברשטאם שליט"א זאלן איבערנעמען זייער פרס מיט א אנטיק לעדערנע סעט דברי חיים

די מנהל הכולל הרה"צ רבי בעריש רובין האט דאן אויפגערופן דעם 'פרס חבת ירושלים – תנו כבוד לתורה' הגה"צ רבי חיים שלמה הלברשטאם שליט"א סגן דומ"ץ באבוב וחתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א נשיא הכולל, אויפצוטרעטן מיט די דבר המסורה. די חשוב'ע דיין האט ארומגערעדט מיט א ווארעמקייט איבער די אויסטערלישע חבת הקודש און הערצה וואס אלע צדיקים האבן געהאט צום כולל ובמיוחד זקינו הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל נשיא הכולל.


נאך זיין דרשה האט די יושב ראש ר' ישראל שטערן איבערגעגעבן די ווארימע ברכת הקודש וואס די נשיא הכולל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט געשיקט איבערגעבן בשמו לכל העם הנאספים נאך וואס די רבי האט זיך לעצט מינוטיג נישט געקענט פערזענליך משתתף זיין ביים מעמד צוליב א חולשה.


דער הויכפונקט פון די נאכט איז געווען די צענטראלע דרשה פונעם אורח הכבוד פון ארץ ישראל, פה מפיק מרגליות מלהיב לבבות ישראל הגאון רבי פנחס פרידמאן שליט"א ראש הכוללים דחסידי בעלזא וראש ישיבת מבקשי השם וועלכער האט מיט אן אש קודש אויפגעפלאמט די הערצער מיט גאר ווארימע און הארציגע דיבורים איבער די געוואלדיגע סגולה פון דעם צדקה און וואו עס איז געווען קודש קדשים ביי אלע פריערדיגע צדיקים כידוע, צו שטיצן כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס.


די ריזן ציבור האט פארלאזט דעם זאל נאך א הערליכע פראגראם, און אהיימגענומען פילע שיינע מתנות, ועל כולם די פילע ברכות, סגולות וישועות עד אין שיעור וערך פון שטיצן דעם הייליגען מסורה'דיגן קופה כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס.



bottom of page