top of page
לענגערע מסע התרוממות פון האד' מבוהוש אין ניו יארק פון פריש באשטימט אויף דעם חודש שבט
דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש דאס יהדות החרדית אין ניו יארק ערהאלט מיט פרייד די בשורה טובה ומרנינה, אז הנה צדיק בא לעיר, זיך גרייטנדיג מקבל צו זיין דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וואס וועט קומען צו פארן מהיכל קדשו אין בני ברק אויף א לענגערע מסע הקודש פון עטליכע וואכן קיין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, ובפרט מיטן יעצטיגן מולטי-מיליאן דאללערדיגע אויפבוי פון א פרעכטיגע בנין הישיבה פאר די הייליגע בוהושער מוסדות על טהרת הקודש. דער מסע הקודש איז שוין געפלאנט


בארץ מגורי אביו: האד' מסאדיגורא וועט באזוכן אין היימשטאט לאנדאן צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען כתר הנהגה
דינסטאג פ' בא • ב' שבט | בחצרות הקודש יהדות לאנדאן גרייט זיך בכבוד והערצה מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס וועט קומען צופארן לרגל די שמחת החתונה בבית חותנו, החתן יונגסטער קינד פון הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ מחזיקי הדת ואב"ד אהל יעקב אנטווערפן, מיט די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, וואס קומט פאר מיטוואך פר' יתרו אין עיר הבירה לאנדאן. דעם רבי'נס באזוך אין לאנדאן איז אן ערשטמאליגע נאכ'ן איבערנעמען די כתר הנהגה, און ברענ


על אם הדרך: האד' מסאטמאר וועט אונטערנעמען קורצע מסע הקודש קיין עיר האבות סיגוט אונטערוועגנס קיין מאנטשעסטער
מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש מיט אן אויסטערלישע התרוממות עילאה און חרדת קודש ווערט אויפגענומען ביי חסידי סאטמאר די בשורה נרגשת אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט על אם הדרך קיין מאנטשעסטער ענגלאנד, אונטערנעמען א קורצע מסע הקודש לערי אבותיו הק' צדיקי עצי התומר זי"ע אין סיגוט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יום טוב מסיגעט זי"ע וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן מאנטאג תרומה כ"ט שבט. לויט'ן פלאן וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן זונטאג פ' תרומה, אויפ


נגידי טשערנאביל אלוועלטליך לעבן מיט גייסטרייכע שבת "צוזאמען מיטן רבי'ן" אין קור שטעטל דאבוס - שווייץ
מוצאי שבת קודש פ' וארא • כ"ח טבת | בחצרות הקודש מיט געוואלדיגע רגש און התרוממות הנפש, האבן צענדליגער טשערנאבילער חסידים, נדיבי עם ובוני בית השם, זוכה געווען מיטצולעבן א היסטארישע שבת "צוזאמען מיטן רבי'ן" אינעם קור שטעטל דאבוס צווישן די הויכע שווייצער בערג, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א. דער שבת איז געווען געווידמעט אלס א זעלטענע ערשיינונג "כשהמלך בשדה" פאר די בוני ומקימי הבית הגדול והקדוש, די נדיבי עם וועלכע האבן געעפנט זייערע הערצער מיט אסטראנאמישע סכומים ארויסצ


גרויסע הכנות צום הילולא קדישא ז' שבט אין לעלוב פולין; מאסן צוזאמענפאר אויף שבת ערב ההילולא
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש מיט אן הכנה דרבה און התרגשות דקדושה גרייטן זיך לעלוב'ער חסידים אומעטום צו פראווען די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא דדהבא הרה''ק רבי דוד לעלובער זי''ע וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן ז' שבט, בצילו פונעם ממשיך שולשת הקודש כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וואס וועט כמידי שנה בשנה ארויספארן פראווענען די הילולא קדישא באתרא דמר סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט לעלוב אין פולין אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון איבער די גארער וועלט. דער היי-י


האד' משומרי אמונים אויף קורצע נסיעה למקומות הקדושים אין פוילין לרגל הילולת הרה"ק בעל בני יששכר מדינוב זי"ע
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוחנן לוסטיג פילצאליגע חסידים און תומכים האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע נסיעה "מעלין בקודש", צוזאמען מיט כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, וועלכער האט אונטערגענומען די נסיעה צו די מקומות הקדושים אין פוילן, מיטן הויפט ציל פוקד צו זיין די קברי צדיקים אין דינוב און אין בלאזשוב, צו וועמען אבותיו הקדושים לבית שומרי אמונים זענען געווען אזוי שטארק אדוק ומקושר. מוצאי שבת איידער'ן זיך ארויסלאזן אין וועג איז דער רבי אנגעקומען אויף א


בוני ביהמ"ד החדש טשערנאביל אין בני ברק וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין דאוואס
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש מיט א רגש עילאה איז אויפגענומען געווארן ביי חסידי טשערנאביל אז דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת שמות וועט געגעבן ווערן א ספעציעלע געלעגנהייט פאר די גרעסערע נדיבים און בונים פונעם בנין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק, צו מיטהאלטן אן אייגנארטיגע שבת בצילא דמהימנותא עילאה פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כשהמלך בשדה אין שטעטל דאוואס אין שווייץ וואו דער רבי וועט זיך דאן אויפהאלטן למנוחת נפשו הטהורה. ווי באקאנט איז מיט נאנט צו א יאר צוריק א


ובאו ציון: האד' מאלכסנדר נעמט אונטער מסע רוממה לעיר האבות אלכסנדר אינאיינעם מיט די בוני ביהמ"ד הגדול אלכסנדר
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג ווערט אויפגענומען צווישן חסידי אלכסנדר די ידיעה רוממה איבער א מסע התעוררות וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א לקברי צדיקים אין פוילן, ובפרט צום עיר האבות אלכסנדר, ווען אינעם הויכפונקט וועט מען זוכה זיין לעלות ולראות ביים ציון המציונת פון הרה"ק בעל ישמח ישראל מאלכסנדר זי"ע ביומא דהילולא קדישא דעם קומענדיגן כ"ט טבת, ער"ח שבט, זונטאג בא. ביי די נסיעה וועלן זוכה זיין מיטצוהאלטן די נדיבים בעם ובוני


ראשונה יסעו: ערשטמאליגע נסיעה למקומות הק' בראשות האד' מתולדות יהודה; שב"ק פ' יתרו, קבלת התורה אין ליזענסק
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי ומעריצי בית תולדות יהודה נעמען אויף מיט התרגשות'דיגע עקסטאז די היסטארישע נייעס מבית כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א איבער אן ערשטמאליגע נסיעה למקומות הק' וואס דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן פר' יתרו, פוקד צו זיין ביי די קדושים אשר בארץ המה לענגאויס אייראפע, ווען אין הויכפונקט וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין דעם שבת פר' יתרו, קבלת התורה, מלא קדושה ודביקות אין עיר הקודש ליזענסק. מיט די יעצטיגע נסיעה וועט דער ר


מסע המרומם פון האד' מסאטמאר קיין ארה"ק: כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דאנערשטאג פ' ויצא נאכמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש דאנערשטאג פ' ויצא פארמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש דאנערשטאג פ' ויצא פארמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש ביים אנקומען אינעם לוד לופטפעלד ווי דעם רבינס פליגער האט זיך געהויבן קיין גריכנלאנד, אויף א קורצן אפשטעל אונטערוועגנס קיין ניו יארק. דאנערשטאג פ' ויצא פארמיטאג • ז' כסלו | ב חצרות הקודש ביים מעמד צאתכם לשלום, אינאיינעם מיטן מעמד סיום חצי ש"ס במסגר הלימוד יסודי התורה


ווידיאו • האד' מסאטמאר ביים אנקומען אינעם לוד לופטפעלד אויפן מסע המרומם קיין ארה"ק
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


ווידיאו • האד' מטאהש איז מתפלל ביי קברי אבותיו אין טאהש - אונגארן
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


דערהויבענע מעת לעת אין דאראג - אונגארן ביי מסע הקודש פון האד' מדאראג צום הילולא פון זקינו הרה"ק האמרי שפר זי"ע
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט רגשי קודש און התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי דאראג אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא, הרה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זי"ע, בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש, כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, וואס האט ווי יאהר יערליך געפראוועט דער הילולא סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט דאראג אין אונגארין, און איז היי יאהר געווען קאמבענירט מיטן מעמד הכנסת ספר תורה בחצות דאראג. די קייט פון די ימי אורה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג


געהויבענעם מסע התעוררות דורך האד' מסאסוב קיין אייראפע אינאיינעם מיט נגידי החסידות
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר געהויבענער מסע התעוררות צו די קברי אבות אין אונגארין אין ראמעניע, איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ''ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, אינאיינעם מיט א געקליבענע צאל נגידים ותומכים פונעם רבינס פריוואטער קופה "קשר של קיימא", וועלכע האבן אין די לעצטערע פאר יאר בייגעשטייערט ריזיגע סומעס לטובת די מפעלי הצדקה והחסד בנשיאותו פונעם סאסובער רבי'ן און האבן גענומען א חלק אין די פרישע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן בקרב הקהילה. די געהויבענע איין-טאגיג


התרגשות עילאה צווישן חסידי סאטמאר צום "מסע הקודש" פון האד' מסאטמאר קיין ארצינו הקדושה
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אן התרגשות אילעה הערשט צווישן סאטמארע חסידים איבער די וועלט זיך גרייטנדיג צום באפארשטייענדן "מסע הקודש" קיין ארץ ישראל דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסער שבת וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן אין אתרא קדישא מירון צוזאמען מיט אלפי חסידי סאטמאר, וועלכע גרייטן זיך מיט א הכנה דרבה מיטצוהאלטן דעם הייליגן שבת און די ארומיגע טעג בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א. מיט בלויז געציילטע וואכן פארבליבן ביז צ


האד' מבוהוש וועט פראווענען היסטארישער שבת אין בוהוש - ראמעניע לכבוד שבת ההילולא פונעם הייליגן רוזשינער זי״ע
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי בוהוש גרייטן זיך מיט התרגשות עילאה צו די יערליכע מסע הקודש בראשות כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א צום עיר האבות "בוהוש" אין ראמעניע, וואו עס וועט געפראוועט ווערן א היסטארישע שבת מרומם דעם שבת קודש פרשת נח ג' חשון בעיצומו של יום מכפר אין טאג פון די הילולא קדישא פונעם סבא קדישא, דער הייליגער רוזשינער זי"ע. היות אז דער טאג פון ג' חשון געפאלט זעלטן אויס אום שבת, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו אפצורעכטן א שבת אין דער בוהושער ה


גרויס ערווארטונג אין לאנדאן צום גרויסן מודזיצער חתונה; געהויבענעם באזוך פון האד' ממודזיץ לכבוד השמחה במעונו
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א רגש נלהב גרייטן זיך חסידים און אוהדים לבית מודזיץ אין עיר הבירה לאנדאן, מקבל פנים צו זיין פני מלכם הוד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וועלכע וועט היינט מופיע זיין בהדרו אין שטאט לרגל די גרויסע שמחה במעונו, די שמחת החתונה פון אן אייניקל. בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה, נכדו חביבו פונעם רבי'ן, החתן משולם זושא שיף א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א מליזענסק, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוי


ווידיאו • מסע המרומם פון האד' מנדבורנא ירושלים קיין בישטינא מיט די נגידי ותומכי המוסדות
מוצאי שב"ק פ' האזינו • י'ב תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


חסידי נדבורנא ירושלים נאך אונטערן איינדרוק פון געהויבענער מסע הקודש קיין בישטינא בימי הסליחות
דינסטאג פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער חסידי נדבורנא ירושלים זענען נאך אלס אונטער'ן טיפן איינדרוק...


האד' מנדבורנא אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לרגל די ימי הרחמים והרצון
מיטוואך פ' כי תצא • י' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א ארויסגעפארן אויף...


bottom of page

