הרמת קרן התורה: מאנטשעסטער נאך אונטער'ן רושם פון געהויבענעם באזוך דורך האד' מסאטמאר
- לפני 7 דקות
- זמן קריאה 6 דקות
פרייטאג פ' תרומה • ג' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דודי בראון
תושבי מאנטשעסטער בכלל, און חסידי סאטמאר תושבי העיר בפרט, זענען די טעג נאך אונטערן געהויבענעם רושם נאכן מיטלעבן די געהויבענע טעג בצל הקודש פון כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א וואס האט אפגעהאלטן א בליץ באזוך אין די שטאט, איבערלאזנדיג א רישומא דקדושה וואס וועט אויף לאנג לאנג געדענקט ווערן צווישן די תושבי העיר.
ווי שוין באריכטעט איז דער רבי שליט"א געקומען צו פארן לרגל דעם חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולער "היכל התורה" וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אויף די אונטערשטע שטאק פונעם היכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין שטאט, דער באזוך פון רבי'ן שליט"א איז געווען א יומא אריכתא מלא וגדוש מיט חיזוק והתחזקות, א פרייליכער געהויבענער יום טוב'דיגער טאג וואס די תושבי העיר צוזאמען מיט די פילצאליגע אורחים האבן מיטגעלעבט. במשך דעם באזוך פון רבי'ן שליט"א האט דער ציבור געזוכט אויסצונוצן יעדע מינוט אריינצוכאפן וואס מער מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש.
מאנטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א פארלאזט די שטאט סיגוט, וואו דער רבי שליט"א האט געוויילט לרגל ההילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע, און זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין מאנטשעסטער, וואו דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין די נאכמיטאג שטונדן. אין לופטפעלד איז דער רבי שליט"א אפגעווארט געווארן דורך אן ענגע קבוצה ראשי ופני הקהלה, עסקנים ובפרט די בוני ההיכל אין שפיץ פון הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א, וועלכע האבן שלום גענומען מיט גרויס התרגשות.
אנקומענדיג קיין מאנטשעסטער איז דער רבי שליט"א גלייך צוגעפארן צו די אכסניא בבית הרה"ג רבי לייבל טויבער שליט"א, וואו דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך א גרויסער ציבור וואס האבן מקבל פנים געווען בשירה ובזמרה און האבן שלום גענומען מיט גרויס התרגשות. דארט אין די אכסניא האט דער רבי שליט"א געדאוונט מנחה, און קורץ דערנאך זענען אנגעקומען די נאנט צו הונדערט בחורי חמד תלמידים פון די סאטמארער ישיבה קטנה אין מאנטשעסטער צוזאמען מיט די מרביצי תורה ורמ"י הישיבה צו א ספעציעלן באזוך ביים רבי'ן שליט"א.
די בחורים האבן געזינגן ניגוני התעוררות ודביקות, און דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א לענגערן שמועס, אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה און פון דארט צו דברי מוסר וחיזוק איבער די הנהגה פון א בחור וואס מען דארף דערקענען אויף טריט און שריט. דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט ברכת הקודש פאר די בחורים און מרביצי תורה. דאן זענען די בחורים דורך כבני מרון, און דער רבי שליט"א האט יעדן איבערגעגעבן א מתנה א גארטל צום דאוונען. נאך דעם באזוך האבן די בחורים געדאוונט תפלת מעריב צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א.
דער רבי שליט"א איז דערנאך אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס איבער די צדיקי בית סיגוט און איבער דעם זיידן פונעם רב שליט"א כ"ק הגה"צ אבד"ק ראחוב זצ"ל תלמיד מובהק פון הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע, ומענין לענין איבער פארשידענע נוסחאות פון די צדיקי בית סיגוט וואס איז געברענגט אין די ספרי ליקוטי מהרי"ח ועוד.
עקסטער האט דער שמועס זיך פארצויגן איבער דעם נייעם היכל התורה און איבער דער הרחבת גבולי הקדושה פון די קהלה און די מוסדות אין די שטאט, און דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן רב שליט"א מיט ברכות לרוב. פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות, און דער רבי שליט"א האט אים געוואונטשן ברכות לרוב.
שפעטער איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א פריוואטן באזוך אינעם נייעם פראכטפולער היכל התורה לב אהרן, וואו דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורך די ראשי העסקנים והבונים אין שפיץ פון הרבני הנכבד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו וחתנו האברך החשוב ר' שמואל בענעדיקט הי"ו, ווי אויך די עסקנים וחברי ועד ההיכל פון ניו יארק, וואס יום ולילה לא ישבות במשך די לעצטע דריי יאר פאר די הצלחה פון דעם היכל.
א לענגערע צייט איז דער רבי שליט"א ארום אינעם גאנצן היכל און האט מפליא געווען די הערליכע ארבעט וואס איז אריינגעלייגט געווארן אהערצושטעלן דעם היכל מיטן פולסטן הרחבת הדעת פאר די לומדים חשובים. דער רבי שליט"א האט זיך באדאנקט און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע עסקנים.
אינצווישן איז מאנטשעסטער געווארן פארפלייצט מיט הונדערטער אורחים פון לאנדאן און פון איבער גאנץ אייראפע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם באזוך ובפרט דעם צענטראלן מעמד חנוכת הבית וכינוס חסידי סאטמאר-אייראפע וואס איז אפגעראכטן געווארן אינעם גיגאנטישן זאל פון בית יעקב.
דער גרעסערער חלק פונעם זאל איז געווען אויסגעשטעלט בלויז מיט בענקלעך און הויכע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור בליעה"ר, און פאר'ן ברייטן ציבור איז געווען צוגעגרייט רייכע טעימה לכבוד המעמד בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר. די פאדערשטע רייעס פונעם זאל זענען געווען צוגעשטעלט מיט זיץ פלעצער פאר די חברי אהבת קדומים און אורחים נכבדים בוני ונדבני ההיכל פאר וועמען עס איז סערווירט געווארן א ברייטער סעודת ראש חודש לכבוד המעמד.
דער לאנגער אויבנאן פארנט פונעם זאל איז געווען באשיינט מיט דאס השתתפות פון די רבנים הגה"צ רבני העיר שליט"א אין שפיץ פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א, און די רבנים אורחים פון אנדערע מקומות, הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר-לאנדאן שליט"א, הרה"ג רבי ליפא טייטלבוים שליט"א מו"ץ ק"ק סאטמאר-אנטווערפן שליט"א ועוד.
צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם ריזן פארזאמלטן ציבור וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגן התרגשות.
דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד ראש חודש, און במשך דעם מעמד האט מען כסדר געזינגן ניגוני קודש ניגוני התעוררות ודביקות און ניגוני שמחה והודאה אנגעפירט דורך די קאפעליע מנגנים אין שפיץ פון דעם בארימטן בעל מזמר הרה"ח ר' יעקב דאסקאל הי"ו פון ארה"ק.
דער מעמד איז געעפנט און אנגעפירט געווארן דורך דעם בארימטן פה מפיק מרגליות הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכער האט אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער געהאלטן דעם ציבור געשפאנט מיט דעם שלל פון רעיונות וואס האט זיך כסדר געגאסן פון אים בליצן ר"ת און גימטריאות.
א גאר התרגשותדיגע דרשה איז געהערט געווארן פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם משמעות פונעם טאג און ארויסגעברענגט א שלל מיט רעיונות איבער דעם גרויסן זמן ווען תושבי מאנטשעסטער און די חברי הקהלה בפרט האבן די זכיה מקבל פנים צו זיין פני קדשו פון רבי'ן שליט"א אויף וואס יעדער קוקט אזוי שטארק ארויס. בין הדברים האט דער רב שליט"א זיך שטארק באדאנקט בשם אלע חברי הקהלה פאר די נדבנים און עסקנים פונעם היכל אין שפיץ פונעם רוח החיים הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו, און בסיום דבריו זיך געוואנדן מיט א בקשה צום רבי'ן שליט"א אז דער רבי שליט"א זאל ווייטער אינזין האבן עדת צאן מרעיתו תושבי העיר זיי צו באגלייטן מיט תפלות און ברכות אין אלע ענינים.
נאך'ן ממשיך זיין מיט פרקי שירה וזמרה האט מען געהערט די הערליכע דרשה פון הרבני הנגיד התורני מוה"ר אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דק"ק סאטמאר אין לאנדאן, איינער פון די שותפים לדבר מצוה ראשונים לכל דבר שבקדושה וכל קדשי בית סאטמאר וואס האבן צוזאמען אפגעקויפט דעם זכות ההיכל לכבודו ולזכותו פון רבי'ן שליט"א.
ר' אשר זעליג הי"ו האט דערביי געהאלטן דעם ציבור געשפאנט בדבריו הנחמדים מיט הערליכע דברי תורה ארויסברענגענדיג די שמחה וואס עס איז אז עס ווערט באנייט א היכל התורה אין די שטאט וואס וועט זיכער מרים זיין דעם קרן התורה אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי ביי זיי אין לאנדאן וואו דער היכל התורה איז אויסגעשטיגן אזא ריזן צענטער פאר לימוד התורה אויף אן אומבאשרייבליכער פארנעם.
א שיינער טייל פונעם סדר היום ביים גרויסן מעמד איז געווען אפצוגעבן דעם פארדינטן כבוד פאר די חשוב'ע נדיבים בעם נדבני ובוני ההיכל וועלכע זענען אלע אויפגערופן געווארן בלשונו המתוק פונעם יו"ר הר"ר ישראל הי"ו. יעדע וויילע איז אויפגערופן געווארן אן אנדערער נדיב לב די גרעסטע שרי צדקה ביים סאטמארער ציבור וועלכע זענען ערשינען בפני הקודש איבערצונעמען די מתנת קודש וואס דער רבי שליט"א האט יעדן געשאנקען באגלייט מיט א ברכת הכרת הטוב וברכת הקודש פאר נדבת לבם הטוב.
עקסטער איז אויפגערופן געווארן דער רוח החיים הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו פאר וועמען דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן די מתנה ובנוסף לזה אים געשאנקען די מתנה חשובה וואס די הנהלה הקהלה האט אים פרעזענטירט לאות הכרת הטוב פאר די וואכן חדשים און יארן וואס ער האט אריינגעלייגט ביים אהערשטעלן דעם נייעם היכל.
ווייטער אויפ'ן סדר היום האט מען געהערט די הערליכע דרשה פון הרבני הנגיד מוה"ר אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו פון בארא פארק וועלכער האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט בדבריו הנחמדים נאכזאגנדיג ממאמריו פון הגה"ק בעל חתם סופר זי"ע צו וואס ער איז אזוי שטארק מקושר ארויסברענגענדיג די רגשי הלב וואס עס שפירט זיך ביים זען ווי דער היכל התורה ווערט שוין איצט באנייט לשם ולתפארת.
דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען די דברות קודש וואס מ'האט זוכה געווען צו הערן מפ"ק פון דער רבי שליט"א. נאנט צו א שטונדע צייט האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט דברי דרוש אגדה וחסידות אויף די פסוקי פרשת השבוע און כסדר געגאסן מיט פרישע רעיונות מתובל מיט דרושים וחידושים אויף די פסוקי המגילה ומאמרי חז"ל מעניני חג הפורים. אזוי האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט דברי חיזוק והדרכה איבער אלע ענינים זיך צו פירן מיט געהויבנקייט ווי עס פאסט זיך פאר חסידים ואנשי מעשה ובפרט דברי חיזוק אויף לימוד התורה וואס דאס איז דער ציל פון דעם באזוך און ארויסגעברענגט רגשי לבבו זעענדיג ווי שיין דער היכל איז אהערגעשטעלט וואס וועט זיכער מרים זיין דעם קרן התורה אין די שטאט.
דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור ובפרט פאר די נדיבים בוני ההיכל. גלייך נאך די דברות קודש האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ לכבוד המעמד ולכבוד שמחת חנוכת הבית און מ'האט אפגעגעבן שבח והודיה להשי"ת על רוב רחמיו וחסדיו. מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ אבדק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א, און די שפעטע נאכט שעות איז דער ציבור זיך צוגאנגען מיט צושטורעמטע געפילן האבנדיג מיטגעלעבט אזא געהויבענעם מעמד וואס מאנטשעסטער האט זעלטן ווען פריער מיטגעלעבט.




























































































































































