top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט אלכסנדר ווירבלט מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה ביומא דהילולא פון הרה"ק בעל ישמח ישראל זי"ע

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

בהתעוררות רב איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן ישמח ישראל פון אלכסנדר, במקום מנוחת קדשו אין אלכסנדר פוילין וואס איז אין די לעצטערע יארן נתפרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפילות וואו אידן זעהן ישועות למעלה מדרך הטבע.


דאס יאר זענען הונדערטער אידן פון איבער די גארער וועלט אנגעקומען קיין אלכסנדר אין די טעג ארום די הילולא קדישא ערב ראש חודש שבט, אריינגערעכנט דעם שבת לפני ההילולא, וואס איז געפראוועט געווארן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון אמעריקא וואס איז געקומען צופארן צום יארצייט אינאיינעם מיט א גרויסע עדה חסידים.


אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן פיר האטעלן אינעם אומגעגנט צו קענען פלאצירן די הונדערטער געסט, און א גרויסן שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן פאר די תפילות און עריכת השולחנות דורכאויס שבת. באזונדער איז מיט פראכט און באקוועמליכקייט געווען צוגעשטעלט דער גאנץ-יעריגער בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק' א שאטער פאר די סעודות שבת, מיט אכילה ושתי' דורכאויס די גאנצע מעת לעת פון די יארצייט.


דאנערשטאג אויפדערנאכט ליל הילולא קדישא כ"ט טבת, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין פוילין צום שטאט אלכסנדר, און איז באלד ארויף צום ציון הק'.

מוצאי שבת בליל ההילולא האט מען זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה וואס איז געווען צוגעגרייט כיד המלך לכבוד די יארצייט אין די גרויסער שאטער ביים בנין הכנסת אורחים.


עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע פון די פני העדה, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.


נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין, און דערנאך איז פארגעקומען די מעמד הכנה איידער די עלי' לציון, וואו מען האט עוסק געווען בתורתו פונעם גרויסן בעל ההילולא אין זיין ספר הק' ישמח ישראל און מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים.


כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון די חסידים, און אויסגעזאגט ספר תהלים בהתעוררות רב באשמורת הבוקר. שפעטער דורכאויס די טאג האט דער רבי פוקד געווען די אנדערע ציונים הק' אין שטאט אלכסנדר, און די מקומות הקדושים אין די שטעט ווארשא, ווארקא, אמשינוב, און לעלוב.



תגובות


bottom of page