top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע הקודש פון האד' מסקאליע צו די מקומות הקדושים אין אייראפע | בילדער גאלעריע

  • 15 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' ויקרא • כ''ו אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם אנהייב וואך האט זיך כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א ארויסגעלאזט אויף א מסע קודש צו די מקומות הקדושים אין אייראפע אין באגלייטונג פון אן ענגע צאל מקורבים. צווישן אנדערע האט דער רבי פוקד געווען דעם ציון הק' פון הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע בעצם יומא דהילולא כ"א אדר, און איז אין די נאכפאלגענדע טעג ארומגעפארן צווישן די שטעט: צאנז, פשיסחא, גור, רימינוב, קראקא, אפטא, דינוב און נאך, און פוקד געווען די ציונים הקדושים פון די צדיקים שרפי מעלה אשר בארץ המה.


דאנערשטאג פארמיטאג האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט פון קראקא קיין וויען, עסטרייך, לכבוד די הילולא קדישא פונעם זיידן הרה"ק בעל אמרי ברוך מסקאליע זי"ע וואס מקום מנוחתו איז אין שטאט וויען, בליל ההילולא האט דער רבי אפגעראכטן די יארצייט סעודה אין ביהמ"ד אהל משה אין שטאט, און כחצות הלילה איז דער רבי ארויף פוקד זיין דעם ציון הק' אויפן ארטיגן בית החיים.



תגובות


bottom of page