קבוצה חסידים און נגידים לעבן מיט געהויבענעם נסיעה צו די קברי אבות אין אייראפע מיט האד' מתולדות יהודה
- לפני שעה
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי
א גרעסערע קבוצה חסידים ואנשי מעשה און נדיבי עם קודש האבן מיט רגשי קודש מיטגעלעבט די נסיעה רוממה "בהררי קודש" דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, וואס וועט פארבלייבן טיף איינגעקריצט אין די הערצער לימים רבים.
די נסיעה האט געטראגן א היסטארישע באדייט, ווען דער רבי שליט"א, האט צום ערשטן מאל באטראטן דעם פוילישן באדן, נאכדעם וואס ער האט זיך אלע יארן מונע געווען צו פארן, טראץ זיין גרויסע התקשרות צו די שרפי מעלה מאורי החסידות. דער הויפט ציל פון דעם מסע המרומם איז געווען צו שאפן די נויטיגע פאנדן צו קענען פינאנצירן די גרויסע אונטערנעמונג פון די נייע "ישיבה קטנה דחסידי תולדות יהודה" וואס וועט שטיין תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א, אויסצושטייגן אלס א מגדל אור פאר בחורים יראי ה'.
דאנערשטאג נאכמיטאג האט דער רבי מיט די פמליא געלאנדעט אין ווארשא, און מען האט זיך ארויסגעלאזט צום שטאט מאגלעניץ, וואו מען האט זיך אפגעשטעלט אויף קריאת התורה און עס איז געווען צוגעשטעלט מיני טעימה אינעם ארטיגן הכנסת אורחים.
דאן איז מען ארומגעפארן שופך שיח צו זיין ביי די קברי צדיקים, וואו ביי יעדן פון די מקומות הקדושים האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט א גאנצן ספר אין תהילים מיט גרויס השתפכות הנפש, געליינט קוויטלעך פון די משתתפי הנסיעה, און שופך שיח געווען למען הכלל והפרט.
מען האט מתפלל געווען אין מאגלעניץ ביים הייליגן שרף זי"ע, דערנאך ביי די אנדערע צדיקים אין וועם דער רבי שליט"א איז פארקאכט און איז כסדר דולה ומשקה מתורתם לאחרים, ספעציעל אין לאנצוהט ביים הייליגן ראפשיצער רב, אין דזשיקוב ביי די צדיקי בית דזיקוב, און אין ראזאוודאוו. אויפדערנאכט איז מען אנגעקומען קיין ליזענסק אויף לינת לילה, און פרייטאג אינדערפרי נאך תפילת שחרית איז דער רבי ארויף צום ציון המצוינת פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, וואו מען האט מתפלל געווען מיט א אומבאשרייבליכע השתפכות הנפש.
דער שבת קודש אין ליזענסק, "שבת נועם הנשמות", איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש, רייך צוגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות אויף א מלכות'דיגע פארנעם פארן גאנצן ציבור. דער רבי שליט"א האט פארגעדאוונט קבלת שבת און מוסף מיט די פיוטים פון שבת שקלים פארן עמוד מיט א פייערדיגע התלהבות. די סעודות שבת זענען געפראוועט געווארן בצוותא חדא מיט התרוממות הנפש, וואו דער רבי האט געמאכט קידוש בשלהבת אש, און אנגעפירט מיט די זמירות כדרכו מיט גרויס ברען, און נאך די סעודה בליל שב"ק האט ממשיך געווען די באטע וואס האט אנגעהאלטן ביז די שפעטע שעה'ן ברן יחד כוכבי בוקר.
מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען דער צענטראלער וועידה און סעודת מלווה מלכה לטובת הישיבה, ביי וועלכן עס האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אליעזר וואלדמאן שליט"א, וועלכער האט מיט דברים חוצבים ארויסגעהויבן די נחיצות פון די ישיבה קטנה, נאכדעם וואס עס גייט אן די לעצטערע יארן די ישיבה גדולה תולדות יהודה, וואס האט קונה שם טוב געווען אלס זעלטענע מקום תורה ויראה. דער ציבור הנדיבים האט זיך ווארעם אנגערופן ביד רחבה און אונטערגעשריבן שטרות אויף נדבות הגונות, און יעדער האט ערהאלטן א ספעציעלע מזכרת פונעם רבי'ן. דער רבי שליט"א האט דערציילט סיפורי צדיקים, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ וואס האט אנגעהאלטן קרוב צו א שעה צייט בדביקות עילאה.
זונטאג פארטאגס נאך תפילת שחרית אין ליזענסק, האט די שיירה פארגעזעצט קיין סאניק, צום ציון הקדוש פונעם אלטן סטוטשינער רב הרה"ק רבי איציקל זי"ע, וואס איז לעצטנס נתגלה געווארן, ואו עס איז געווען דער קלימאקס פונעם נסיעה.
די נסיעה האט זיך געשלאסן מיט א רייכן באנקעט אין שטאט רימינוב מיט בלויז די גרעסערע נדיבים בעם, און דערמיט איז די מסע הקודש געקומען צו אן ענדע, איבערלאזנדיג א טיפן רושם אויף אלע משתתפים, וואס זענען אהיימגעפארן האפנדיג צו האבן מיטגעברענגט אהיים זעק מיט ישועות ורפואות.












































































































































































































































































