האד' מנדבורנה אונטערגענומען לאנג פארצווייגטע נסיעה צום הילולא אין ליזענסק טראץ שווערע אומשטענדן
- לפני 43 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

כמידי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנה שליט"א ארויסגעפארן צום הילולא קדישא כ"א אדר אין ליזענסק, טראץ די שווערע אפקומענישן וואס די נסיעה איז געווען פארבונדן היי יאר אין שאטן פון דער מלחמה אין ארץ ישראל, און האט פון דארט ממשיך געווען קיין ניו יארק אויף די יערליכע באזוך לטובת מוסדותיו הק'.
שוין צענדליגער יארן וואס דער רבי שליט"א איז זיך נוהג געווען ארויסצופארן צום הילולא קדישא פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע, זייענדיג אדוק ומקושר צום צדיק, א קשר עליון וואס האט זיך שוין אנגעהויבן ביי זיין פאטער כ"ק אדמו"ר בעל באר יעקב מנדבורנה זצוק"ל.
כאטש דאס יאר האט אויסגעזען אז דער רבי וועט נישט קענען פארן צום יארצייט, נאך וואס די לוד לופטפעלד איז געווען גענצליך פארשלאסן צוליב דער מלחמה מיט איראן, האט דער רבי מגלה דעת געווען אז ער וויל נישט מוותר זיין אויף דער נסיעה, און האט געמאכט דעם לאנגן וועג אריבער די גרעניץ קיין אקואבא, עגיפטן, און פון דארט אפגעפלויגן קיין פוילין.
בכדי אנצוקומען צום יארצייט דינסטאג, איז דער רבי ארויסגעפארן שוין מאנטאג פארטאגס קיין אילת, וואס געפונט זיך ביים גרעניץ מיט מצרים.
דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אין ליזענסק ביז סוף וואך, און דערנאך האט ער ממשיך געווען די נסיעה קיין ניו יארק אויף א קורצע באזוך, צו באשיינען די שמחת החתונה בבית מקורבו הנגיד ר' משה מענצער הי"ו, מגדולי תומכי מוסדות נדבורנה, וואס איז פארגעקומען אין לעיקוואוד, און גלייכצייטיג אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת די מפעל קמחא דפסחא דק"ק נדבורנה, וועלכע העלפט ארויס די חסידים לכבוד יום טוב פסח.
אויף שבת פ' ויקהל פקודי – שבת החודש איז דער רבי געווען צוגאסט אין שטאט בארא פארק בקרב חסידיו, די אכסניא איז געווען בבית הנגיד ר' אברהם יקותיאל פישמאן הי"ו.











תגובות