top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קבוצה חסידי סקווירא לעבן מיט געהויבענעם שבת אין ליזענסק מיט הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האד' מסקווירא

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

א גרעסערע קבוצה חסידי סקווירא האבן מיטגעלעבט גאר א געהויבענעם שבת אין די שטאט ליזענסק, וואו מען האט געפראוועט צוזאמען בשבת אחים גם יחד, בראשות הרה״צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט״א בנו יקירו פון כ״ק אדמו״ר מסקווירא שליט״א.


רבי יעקב יוסף שליט״א האט אונטערגענומען די נסיעה אויף די מקומות הקדושים, לרגל דעם שמחת נישואין פון בנו החתן המופלג פצע״ח הרב שמעון שליט״א וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די קומענדיגע תקופה, און צוזאמען זענען מיטגעפארן צענדליגער חסידים פון אומעטום, צווישן זיי אויך דעם רבי׳נס אייניקל הרה״ג רבי ארי׳ לייבוש טייטלבוים שליט״א חתן הרה״צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט״א, לרגל דעם שמחת נישואין פון בנו החתן המופלג פצע״ח הרב יעקב יוסף שליט״א.


במשך די טעג פון די נסיעה האט מען פוקד געווען די קברי צדיקים אין אייראפע און אויף שבת קודש האט מען געוויילט אין ליזענסק וואו מ׳האט אפגעראכטן גאר א געהויבענעם שבת, נאך׳ן פוקד זיין דעם ציון המצוינת פרייטאג ערב שבת בקדרותא דצפרא. במשך דעם שבת זענען די תפלות אפגעראכטן געווארן ברוב עם מיט א געוואלדיגן התלהבות און ברען. ערב שבת צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה״ג רבי ארי׳ לייבוש טייטלבוים שליט״א, און צו קבלת שבת הרה״צ רבי יעקב יוסף שליט״א.


נאך׳ן גוט שבת זאגן האט מען געפראוועט די סעודה, ביי וועלכן מ׳האט שעות נאכאנאנד פארברענגט בשירות ותשבחות, ווען דערביי האט רבי יעקב יוסף שליט״א פארגעזאגט כל מקדש. במשך די סעודה האט מען געהערט מערערע דרשות ודברי תורה, אנגעפירט דורך הר״ר יודל בירנהאק שליט״א, און צווישן אנדערע האט מען געהערט די דרשות פון רבי׳ן שליט״א׳ס אייניקלעך, רבי לייבוש טייטלבוים שליט״א, הרה״ג רבי יצחק ברא״מ טווערסקי שליט״א און הרה״ג רבי משה קליין שליט״א. סיפורי צדיקים האט מען געהערט פון הרה״ג רבי שמואל גרובער שליט״א אנפירער פון די נסיעה, צוזאמען מיט הר״ר שלמה דוב הערצל שליט״א.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן החתן הרב שמעון טווערסקי שליט״א. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט א געהויבענעם התוועדות ביי וועלכן רבי יעקב יוסף האט פארגעלערנט אור החיים הקדוש, און מ׳האט פארברענגט בסיפורי צדיקים. שבת אינדערפרי האט פארגעדאווענט פסוקי דזמרה הר״ר משה קליין שליט״א איידעם פון רבי יעקב יוסף, שחרית הר״ר יצחק טווערסקי שליט״א בן רבי אהרן מענדל שליט״א, און מוסף רבי יעקב יוסף שליט״א.


ביי די סעודת שבת בייטאג האט מען געזינגן די מקובל׳דיגע ניגונים, און מיטן בענטשן איז מכובד געווארן החתן הרב יעקב יוסף טייטלבוים שליט״א. ביי שלש סעודות באישון לילה האט רבי יעקב יוסף פארגעזאגט די זמירות, און מ׳האט דערנאך געזינגען ניגוני שמחה ודביקות. דאן האט רבי יעקב יוסף משמיע געווען א לענגערן שמועס בדברי חיזוק והתעוררות במשנתו פון הייליגן רבי׳ן ר׳ אלימלך זי״ע. דאן האט רי״י פארטיילט הערינג און פארגעזינגן די ווייטערדיגע זמירות.


נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין לכבוד די שמחות הפארשפיל פון די חתנים, און די געהויבענע מחותנים האבן עקסטער געטאנצן מיט בניהם החתנים שליט״א. דערנאך האט מען געפראוועט מלוה מלכה מיט סיפורי צדיקים און כלי זמר. זונטאג אינדערפרי האט מען ממשיך געווען דעם וועג קיין קראקא וואו מ׳האט מתפלל געווען אויף ביידע בתי חיים, און דאן זיך אומגעקערט אהיים נאך אן אומגערישטן לינת לילה אין שווייץ, צוליב דעם פארשפעטיגטן פליגער, האפנדיג צו האבן מיטגעברענגט אהיים זעק מיט ישועות ורפואות.



תגובות


bottom of page