top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לטהר אתכם: האד' מסלאנים קומט אן אויף יערליכע "ביקור שובבי"ם" לחזק עדת צאן מרעיתו אין אמעריקע

  • Bechatzros admin
  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש

חסידי סלאנים אין אמעריקע נעמען אויף מיט רגשי גיל ושמחה די אנקום פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א אין אמעריקע, וואו דער רבי וועט ווי יאר-יערליך מחזק זיין עדת צאן מרעיתו אין די ימי השובבי"ם ברחבי ניו יארק.


דאסמאל וועט דער רבי שליט"א באזוכן און וויילן בקרב חסידי סלאנים אין שטאט מאנסי, וואס איז אויסגעשטיגן אלס צענטרפונקט וואו עס באזעצן זיך חסידי סלאנים אין אמעריקע, ציילנדיג שוין היינט א מספר נכבד פון איבער 150 משפחות, מיט צוויי פרעכטיגע בתי מדרשים, דער צענטראלער ביהמ"ד אויף פיליס טערעס און דער צווייטער שטיבל וואס האט זיך נישט לאנג צוריק געעפענט אין די ספרינג וואלי געגענט.


דער רבי שליט"א וועט אנקומען אין ניו יארק זונטאג פר' יתרו, און תיכף צופארן אין מאנסי, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן במשך דעם גאנצן ביקור קודש, ביז דינסטאג פר' משפטים. מאנטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן, אינאיינעם מיטן שולחן הטהור לכבוד ראש השנה לאילנות אין די זאל פון בנות ישראל וויזניץ אויף מעיפל. דורכאויס די וואך וועט זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים אריינצוגיין מיט קוויטלעך און נהנה זיין עצה ותושיע בזמן שהצדיק בעיר.


די תפילות במשך די וואך וועט דער רבי שליט"א פראווען אין בבית מדרשו אויף פיליס טערעס אין מאנסי, און שבת וועט פארקומען די געהויבענע תפילות און טישן אין די זאלן פון "תפארת עלקא" וואו ס'איז ערווארטעט א שטראם פון הונדערטער חסידי סלאנים פון איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דזשערזי און קאנאדא, צו קומען וויילן במחיצת הקודש פונעם רבי'ן אויפ'ן גרויסן שבת יתרו קבלת התורה.

תגובות


bottom of page