ביקור המרומם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מאנטשעסטער ענגלאנד | חלק ב'
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש

דינסטאג אינדערפרי, דער צווייטער טאג פונעם ביקור המרומם דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מאנטשעסטער, האט דער היכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר געווירבלט מיטן גרויסן ציבור וואס איז געקומען מיטהאלטן תפלת שחרית צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א, צוזאמען מיט די פילצאליגע אורחים וואס זענען פארבליבן אויף איבערנאכט.
נאכן זיך מטהר זיין אין די פריוואטע מקוה פון ב"ג ומחו' הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער, האט דער רבי שליט"א געוואונטשן דעם ברכת מזל טוב פאר נכדו הרה"ג רבי אשר אנשיל אשכנזי שליט"א בן לחתנו הגה"צ רבי העניך אשכנזי רב דביהמ"ד אבני צדק און איידעם פונעם מאנטשעסטער-וויזניצער רב שליט"א לרגל הולדת בתו למז"ט.
דער רבי שליט"א איז דערנאך ערשינען אין היכל הביהמ"ד צום דאווענען. פארן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר א גרויסער צאל בחורי חמד תלמידים פון די סאטמארער מוסדות אין אייראפע וואס זענען לעצטנס בר מצוה געווארן, און מ'האט זיך געשטעלט דאווענען.
לכבוד ראש חודש האט דער רבי פארגעדאוונט הלל לפני התיבה מיט גרויס התעוררות. ביים ליינען איז הגה"צ אבד"ק סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א מכובד געווארן מיט "שלישי" און דער רבי שליט"א האט עולה געווען צו רביעי.
דאס דאווענען האט זיך פארצויגן אויף קרוב צו צוויי שעה, און גלייך נאכן דאווענען איז אפגעהאלטן געווארן דער שמחת הברית פון א אייניקל ביי הגה"צ רבי פנחס ווייס שליט"א רב דביהמ"ד טשערנאביל-מאנטשעסטער, זון פונעם אומפארגעסליכער סאטמארער ראה"ק אין מאנטשעסטער הרבני הנכבד ר' בעריש ווייס ז"ל בנו יחידו פון הגאון האדיר בעל מנחת יצחק זצ"ל גאב"ד ירושלים, ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
דער ציבור איז דאן ארויף צום נייעם היכל התורה, צום מעמד קביעת מזוזה, וואס איז אפגעהאלטן געווארן בראשות פונעם רבי'ן שליט"א. אריינקומענדיג האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, און מ'האט געהערט די פאסיגע ווערטער פון הרבני הנכבד ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו וועלכער האט אויסגעברענגט בשבחם פון די חשוב'ע נדבני ובוני ההיכל.
דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע שמחה וואס עס איז ווען עס ווערט נתחנך אזא שיינער היכל התורה, און האט דערביי גערופן דעם ציבור זיך קובע מקום צו זיין ללימוד התורה בכל עת ובכל זמן. אזוי האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט דברי חיזוק והדרכה אויף אלע ענינים, אויף תפלה מיט התלהבות און חשק, זיך צו פירן מיט צניעות, זיין אפגעשיידט פון די טעכנאלאגישע כלים, פראווען שלש סעודות ווי עס פאסט זיך פאר חסידים ואנשי מעשה, און דערביי איינגעלאדנט אלע תושבי העיר, אפילו נישט מבני הקהלה, זיך קובע מקום צו זיין אין דעם נייעם היכל.
אינמיטן די דברות קודש האט דער רבי שליט"א מפסיק געווען אויף א וויילע און געוואונטשן ברכת פרידה פאר הגה"צ אבד"ק סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א, וועלכער איז געווען נחפז לדרכו אויפן וועג קיין ניו יארק, לכבוד די חתונה פון אן אייניקל וואס איז נעכטן געפראוועט געווארן אין קרית יואל. דער רבי שליט"א האט אים ווארעם אנגעוואונטשן און זיך געזעגענט מיט ברכות לרוב.
דער רבי שליט"א האט דערנאך קובע געווען די מזוזה על פתח השער פונעם נייעם היכל, און איז ארויסבאגלייט געווארן בשירה וזמרה דורכן גאנצן ציבור.
אינצווישן איז דער אויבערשטער שטאק, היכל ביהמ"ד הגדול, איינגעשטעלט געווארן צום גרויסן מעמד דורך די ילדי תשב"ר ובחורי חמד תלמידי המוסדות הק'. נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז ערשינען האבן די קינדער געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי שליט"א האט פאר זיי משמיע געווען דברות קודש, דברי הדרכה אויף אלע ענינים וואס איז נוגע פאר די תלמידים, אויספירנדיג מיט ברכת קדשו פאר די תשב"ר און כלי קודש.
נאך די דברות קודש זענען די קינדער דורך כבני מרון מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, און דער רבי האט יעדן געגעבן א מתנה, א ספר תהלים.
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום בנין פון די סאטמארער בית רחל שולע, וואו די תלמידות זענען געשטאנען אויסגעשורהט אין חצר מיטן גרעסטן מאס צניעות און באשיידנהייט. דער רבי שליט"א איז ערשינען אין באגלייטונג פון די געטרייע חברי הנהלה און מחנכים, און דערביי משמיע געווען קורצע דברי ברכה והדרכה, צו גיין אין די דרכים פון אסתר המלכה, זיך צו פירן מיט צניעות, ערליכקייט און באשיידנהייט ווי עס פאסט זיך פאר אן ערליכע אידישע טאכטער.
דער רבי שליט"א איז דערנאך ערשינען בבית האכסניא, וואו עס האט זיך אנגעהויבן דער סדר פון "קבלת קהל" און במשך די שעות נאכאנאנד זענען אריין בקודש פנימה די הונדערטער חברי הקהלה, הם ובני משפחתיהם, וועמען דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורים.
נאך די שעות פון קבלת קהל איז איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו רוח החיים פונעם גרויסן אונטערנעמונג פונעם היכל התורה לב אהרן. עס זענען דארט געווען פארזאמלט די בני משפחה צוזאמען מיט א צאל נגידים בעם, וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם פריוואטן פארברענג, ביי וועלכן עס האט זיך אנטוויקלט שיינע שמועסן בדברי תורה ומילי דחסידא.
שפעטער נאך תפלת מנחה האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט קבלת קהל. צו די באשטימטע צייט האט דער רבי שליט"א פארלאזט די שטאט, איבערלאזנדיג השפעות של קדושה וואס וועט אויף לאנג לאנג געדענקט ווערן צווישן די תושבי העיר.





































































תגובות