top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינער באזוך פון האד' מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג אין שטאט מאנטשעסטער

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד רובין,JDN

תושבי מאנטשעסטער האבן מיטגעהאלטן ימי הוד בצילו פונעם חשוב'ן גאסט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א פון וויליאמסבורג וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לחיזוק עדת חסידיו ומעריציו תושבי העיר.


דער רבי שליט"א איז געקומען צופארן נאך די בקשות און הפצרות פון חסידי קרעטשניף-סיגעט אין מאנטשעסטער, וועלכע זענען געווען מקושרים בלב ובנפש צו אביו כ"ק אדמו"ר בעל רזא דאמונה מקרעטשניף סיגעט זצ"ל און צו זקינו כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל, ביי וועמען זיי האבן זיך יארן מסתופף געווען בצל קדשם, ובפרט ביי די געהויבענע באזוכן פון די רביים אין די שטאט, ונפשם אותה צו קענען ווידעראמאל מיטלעבן די געהויבענע זמנים בצל הקודש.


דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אנהייב וואך פרשת בא און האט געהאט די אכסניא אין שטוב פון הרבני הנכבד ר' משה לייב לעמבערגער הי"ו מחשובי חסידי קרעטשניף, וואו דער רבי האט געדאווענט די תפילות און פאר לענגערע שעה'ן אויפגענומען די תושבי העיר לעצה ולברכה.


אין לויף פון די וואך האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי די רבני העיר, צווישן זיי הגה"צ רבי ישראל חיים הורוויץ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער, הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער, און הגה"צ ר' ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט"א דומ"ץ מאנטשעסטער.


דורכאויס די באזוך איז דער רבי ערשינען אין די ישיבות אין שטאט, צווישן זיי ישיבה קטנה דסאטמאר, און ישיבת כתר תורה, וואו דער רבי האט געדאווענט פארן עמוד שחרית, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען שיחת קודש און דברי הדרכה פאר די בחורי חמד.


צום קלימאקס איז געפראוועט געווארן דעם שבת מרומם אין די זאל פון בנות ישראל, וואו הונדערטער תושבי העיר חסידים ואנשי מעשה, און פילע געסט פון די ארומיגע שטעט אין ענגלאנד האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן במחיצת הקודש, בפרט ביים שולחן הטהור פרייטאג צונאכטס וואס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע פינף שעה מלא התרוממות הנפש, מיט זמירות שירות ותשבחות און די דברי תורה בין גברא לגברא אויפוויקלענדיג זכרונות פון די לעכטיגע שבתים ביי די פריערדיגע קרעטשניפער רביים. און כמעשהו בראשונה בעידן רעווא דרעווין וואו דער רבי האט משמיע געווען די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה מיט דברי הדרכה לרגל ימי השובבי"ם. מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די מלווה מלכה אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל אלימלך פריעדמאן הי"ו וואו דער רבי האט דערציילט סיפורי צדיקים, און פארטיילט קנאבל כנהוג.


מאנטאג איז אפגעראכטן געווארן א מעמד צאתכם לשלום אינאיינעם מיט א מסיבה של מצוה לקראת די בעפארשטייענדע חתונה פונעם רבינ'ס זון, החתן היתום וואס קומט פאר דעם קומענדיגן ראש חודש אדר, אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים שאול לעמבערגער הי"ו. היינט דינסטאג וועט זיך דער רבי שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג צוריק למעון קדשו אין שטאט וויליאמסבורג.



תגובות


bottom of page