top of page
סדר לימוד עשר שעות אין חצה''ק נדבורנה ירושלים אלס פאסיגע הכנה לקראת חג הפסח
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, ר"ח ניסן – ביום שנטל בו עשר עטרות – איז אין חצר הקודש נדבורנה ירושלים פארגעקומען א סדר לימוד עשר שעות רצופות, כתקנת קדשו פון הרה"ק בעל הבאר יעקב מנדבורנה זי"ע, אלס הכנה לקראת יו"ט פסח הבעל"ט. דער בית המדרש הגדול אין ירושלים איז געווען פול עד אפס מקום, און פון יעדן ווינקל האט מען געהערט דעם קול התורה פון הוויות אביי ורבא. דער ציבור איז באשטאנען פון זקנים, בעלי בתים אברכים, בחורי חמד, און אפילו ילדי החסידות


מעמד לחיים במעונו פון כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א לרגל ערשיינונג פון ספרו החדש אודיע אמונתך - פסח
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א הערליכע מעמד לחיים איז פארגעקומען דעם מוצש"ק בביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין עיר הקודש ירושלים, לרגל די הוצאה לאור פון ספרו החדש "אודיע אמונתך" אויף חג הפסח ארויסגעגעבן דורך נכדו חביבו ונאמן ביתו הרה"ג רבי יוסף דוד שעכטער שליט"א. דער ספר "אודיע אמונתך" אויף חג הפסח, איז מלוקט פון די שיעורים נפלאים וואס דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן בשנים קדמוניות, און ווערט יעצט ארויסגעגעבן מועד במועדו אויף א


פראוועזארישע מצה בעקעריי אהעגעשטעלט במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך דורך בארימטער ישיבת "עטרת שלמה"
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: דניאל נפוסי שטייענדיג סמוך ונראה צום יום טוב פסח זמן חירותינו איז פארגעקומען אן אייגנארטיגע מעמד אפיית מצות, במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, בעל תשובות והנהגות, אין די הר נוף געגנט אין ירושלים. דער מעמד איז ספעציעל צוגעשטעלט געווארן דורך די הנהלה פון די וועלט-בארימטע מוסדות "עטרת שלמה" בראשות הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, אין ראמען פון די הערליכע מסורה וואס די ישיבה האט איינגעפירט אין ד


יערליכע דינער "הלוך וגדול" לטובת מוסדות באבוב -45 לינדען אפגעראכטן אין שטאט בארא פארק
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין דער שטאט בארא פארק איז כמידי שנה בשנה אפגעהאלטן געווארן די דינער השנתי לטובת מוסדות באבוב 45 אין די בליענדע שטאט יוניאן ניו דזשערזי מיט אירע הונדערטער תלמידים ותלמידות כן ירבו. די דינער "הלוך וגדול" איז פארגעקומען אין די בית אסתר זאל אין בארא פארק, וואו הונדערטער חסידי באבוב-45 אחים לדעה זענען ארויסגעקומען מחזק זיין דער עתיד הקהילה און שטיצן די ארטיגע בליענדיגע מוסדות הקדושים. דער אויבנאן איז באשיינט געווארן מיט די חשוב'ע רבני ה


האד' מגור באזוכט אין אשדוד נאך עטליכע יאר צוליב לוויה פון אשת גיסו הגה"ח ר' דוב ווייץ שליט"א
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפאנעם וואך מיטוואך נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ארויסגעפארן פון מעון קדשו אין ירושלים אויפן וועג קיין אשדוד, זיך צו באטייליגן ביי די לויה פונעם שוועגירן מרת ווייץ ע"ה אשת גיסו הרב החסיד ר' דוב ווייץ שליט"א. אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי ארויף צום שטוב פון גיסו הרב דוב ווייץ, ווי דער רבי איז געשטאנען אויף די טעראסע און מיטגעהאלטן די הספדים וואס זענען געזאגט געווארן דארט אויפן פארטש. צווישן די מספידים


הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן האד' מגור באזוכט אינעם ישוב דחסידי גור אין ערד נאך איראנער מיסיל אטאקע
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג אויפצומארגנס פונעם איראנער מיסיל אטאקע אויף דער שטאט ערד וואס האט באטראפן דעם ישוב דחסידי גור פירנדיג צו צענדליגער פארוואונדעטע ה"י און גאר שווערע שאדנס, איז הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך בשליחות הקודש אין שטאט ערד, וואו ער האט זיך אומגעקוקט אויף די שרעקליכע דעסטרוקציע און איז געזעצן אויף אן אסיפה מיט די עסקנים אויפן ארט וועלכע ארבעטן רונדע דעם זייגער צו באגלייטן די חסידי


טרויער ביי תלמידי וחסידי ברסלב נאך פטירה פון המשפיע הגה"צ רבי נתן ליבערמענש זצ"ל
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פארקלעמטע הערצער און שווערע געמיטער ווערט אויפגענומען ביי טויזנטער תלמידי וחסידי ברסלב די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, מפארי וזקני המשפיעים אין ק"ק ברסלב, הגה"צ רבי נתן ליבערמענש זכר צדיק לברכה, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלאטערטע נשמה אין עלטער פון אכט און אכציג יאר לדאבון לב תלמידיו שומעי לקחו וכל בית ישראל. רבי נתן איז געווען פון די אויסגערופענע רבנים ומגדולי המשפיעים אין די


קביעות מזוזות און ביקור קודש פון האד' מסאטמאר אין די נייע אפיסעס פון RCCS אין קרית יואל
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מוצש"ק פ' ויקהל-פקודי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א באזוך און געקלאפט מזוזות אין די נייע פארברייטערטע אפיסעס פון די בארימטע מוסד 'רופא חולים – RCCS'. דער רבי שליט"א איז אפגעווארט געווארן דורכן מייסד ומנהל המוסד הרה"ח ר' הערשל קאהן שליט"א, און דער רבי האט געקלאפט א מזוזה אויפ'ן צענטראלן טיר. דאן איז דער רבי ארומגעגאנגען און זיך אומגעקוקט אויפ'ן פלאץ פון די אפיסעס, סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען אפטיילונ


שמח תשמח: מסיבת שבע ברכות בשמחת בית סקווירא צוגעשטעלט דורך האד' מקאלאשיץ
מוצאי שבת פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט,JDN פארגאנגענעם וואך איז פארגעקומען א שיינעם מסיבת שבע ברכות בשמחת בית סקווירא - וויזניץ - קאלאשיץ, צוגעשטעלט דורך די זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א פון בני ברק, אין שטוב פון הנגיד ר' מאיר חיים שפיטצער הי"ו אין שיכון סקווירא, אין שפיץ פונעם ראש בית אב דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט זיך געוואשן און מיטגעהאלטן די שמחה א לענגערע וויילע.


האד' מווערדאן י-ם וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן יארצייט פון אביו הרה"ק מווערדאן זצ"ל אין ארה"ק צוליב מצב המלחמה
מוצאי שבת פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס התרגשות הערשט צווישן חסידי ואוהדי בית ווערדאן אין ארה"ק, זיך גרייטנדיג צום זעקסטן יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל ביום ו' ניסן, ווען עס וועט צום ערשטן מאל אפגעראכטן ווערן די סדר ההילולא אין ארה"ק בראשות בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א על ישראל הדרתו בירושלים עיה"ק. אלע יארן ביז אהער פלעגט דער רבי שליט"א ארויספארן אויף אמעריקא ביומא דהילולא צו זיך משתטח זיין על ציון אביו הגדול, אבער היי יאר צוליב די אנגעצו


שמחת הבר מצווה פון אייניקל ביי הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט שליט"א חדב"ן הרה"ק השפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע
מוצאי שבת פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: די וואך דינסטאג ויקרא איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי הגה"צ ר' אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זצ"ל בעל שפע חיים, א זון פון זיין זון הרב אברהם חיים יצחק מוטצען שליט"א, איידעם ביי הרה"צ ר' מנחם מענדיל פאנעט שליט"א מדעעש, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק פאפא ירושלים שליט"א, די שמח איז פארגעקומען אין גרויסן זאל היכל ראזענבערג אי


שיינעם מסיבת שבע ברכות במעונו פון האד' מתולדות אברהם יצחק לרגל נישואי נכדתו הכלה
פרייטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם דינסטאג אוונט האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אפגעראכטן א מסיבת שבע ברכות בביתו נאווה קודש לרגל די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ רבי אפרים אהרן לעמבערגער שליט"א, וואו עס האבן זיך משתתף געווען א רייע אדמור"ים ורבנים חשובים, צווישן זיי האדמור"ים מראחמיסטריווקא, וויזניץ בית שמש, סקולען ירושלים, זוועהיל, שומרי אמונים, המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירטה שליט"א, הגה"צ רבי דוד


שמחת הבר מצווה פון נכד האד' מגארליץ | בילדער גאלעריע
פרייטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת הבר מצווה פון א אייניקל פון כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א, א זון פון זיין זון הגה''צ ר' ברוך הלברשטאם שליט''א רב בית המדרש גארליץ אין בני ברק, איידעם פון הרבני הנגיד רבי אפרים זלמן בעק שליט''א פון ציריך שווייץ, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון די גערער מיידל שולע אויף רח' בן זומא אין בני ברק.


האד' מוויזניץ ארויסגעפארן קיין שווייץ אויף אפרוה נאך סוקסעספולע מעדיצינישע פראצעדור אין דייטשלאנד
פרייטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים זענען דערפריידט צו הערן די גוטע בשורה אז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל אין מינכען דייטשלאנד וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן איבער די וואך, און געפונט זיך אצינד אונטערוועגנס קיין שווייץ וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע טעג זיך אנצושעפן פון פרישע כוחות נאך די מעדיצינישע באהאנדלונגען צו היילן דעם רבי'ן פון די ביטערע מחלה ה"י, וואס איז מיטן אויבערשטנס הילף אריבער מיט גרויס הצלח


האד' מבאיאן רעכט אפ ביקור הוקרה ביי האד' מבעלזא אינמיטן די חתונה פון אן אייניקל בבנין ביהמ"ד הגדול בעלזא
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכט בשעת די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די "גרויסע שטוב" אין בנין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים, איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א ארויף אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער באיאנער רבי איז ארויס פון די חתונה אויף א קורצע הפסקה, נאכ'ן בענטשן, בשעת'ן צוגרייטן דעם היכל צום מצוה-טאנץ, און תיכף ביים אנקומען צום בעלזער רב שליט"א ה


שריפה ביי וויזניצער מצה בעקעריי אין מאנסי פאראורזאכט לייכטע שאדן
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א פייער האט אויסגעבראכן היינט צופרי אין די וויזניצער מצה בעקעריי וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די וויזניצע מיידל שולע אויף קרעסט קאורט אין מאנסי, מיטן אויבערשטנס הילף האט די שריפה נישט אנגעברענגט קיין ערנסטע שאדן פאר די בעקעריי, וואס גרייט זיך שוין פון פריש ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט לקראת דעם קומענדיגן יום טוב פסח הבעל"ט. די פייער האט אויסגעבראכן ביי אן אויוון און זיך פארשפרייט צו איינע פון די קוימענס אויף די דאך פו


שיכון סקווירא צהלה ושמחה: אלפי חסידי סקווירא מיטגעלעבט געהויבענעם שמחת נישואין בחצר הקודש
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ, שראלי ב., ניסן ב.,JDN אלפי חסידי סקווירא האבן פארלאפענעם וואך מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת בית צדיקים, די חתונה פונעם חתן בנן של קדושים הרב שמעון בנו חורגו פון הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א, זון פון כ"ק הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל, און אן איידעם ביי הגה"צ גאב"ד


ומשפע מצוות תפילין: הערליכע שמחת הבר מצווה פון נכד האד' מסערט וויזניץ
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפאנעם זונטאג ויקהל פקודי איז אין רמת וויזניץ חפה פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר טראץ די מלחנמה אומשטענדן אינעם היכל השולחנות בחצה"ק סערט וויזניץ אין חיפה, נאכגעפאלגט מיטן מעמד הנחת תפילין אויפצומארגנס מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ חיפה.


חסדי שמים: האד' מוויזניץ ירושלים אפגעקומען מיט לייכטע יסורים נאכן זיין פארמישט אין קאר עקסידענט אין שטאט מאנסי
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויסע ניסים האט פאסירט היינט מיטוואך מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, נאכן זיין פארמישט אין א היבש ערנסטע עקסידענט ביים אנקומען צום שטאט מאנסי צום יארצייט פון אביו הגדול הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, ווי דער רבי און די מקורבים זענען ב"ה ארויסגעקומען בלויז מיט לייכטע וואונדן. די עקסידענט האט פאסירט היינט נאכמיטאג ווען די רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין מאנסי, און איז געפארן אויף די הייוויוא גאס, ווען די קאר האט פארלו


שיינער מעמד הכנסת ספר תורה לזכרו פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל בעל עמק התשובה
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מאסן תושבי בארא פארק האבן פארלאפענע וואך דאנערשטאג זיך מיטגעפריידט ביים געהויבענעם שמחת "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן לזכרו פונעם עמוד ההוראה כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל בעל עמק התשובה, און איז אריינגעגעבן געווארן ביום ההילולא כ"ג אדר, זייענדיג מעלה זכרונו של אותו גאון ופוסק אויף אזא געהויבענעם שטייגער. מיט צוויי יאר צוריק, לרגל די דריטע הילולא פון גאב"ד קארלסבורג זצ"ל האט מען אנגעהויבן צו שרייבן די


bottom of page
