top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פראוועזארישע מצה בעקעריי אהעגעשטעלט במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך דורך בארימטער ישיבת "עטרת שלמה"

  • 23 במרץ
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: דניאל נפוסי

שטייענדיג סמוך ונראה צום יום טוב פסח זמן חירותינו איז פארגעקומען אן אייגנארטיגע מעמד אפיית מצות, במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, בעל תשובות והנהגות, אין די הר נוף געגנט אין ירושלים. דער מעמד איז ספעציעל צוגעשטעלט געווארן דורך די הנהלה פון די וועלט-בארימטע מוסדות "עטרת שלמה" בראשות הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, אין ראמען פון די הערליכע מסורה וואס די ישיבה האט איינגעפירט אין די לעצטע יארן צו פראווען דעם סדר האפיה במעונם פון די גדולי ומאורי הדור, און באקן די מצות וואס ווערן אפגעשיקט ספעציעל פאר די חשובע נגידים ותומכים וואס שטייען לימין הישיבה מיט אירע טויזנטער תלמידים, בחורים און כולל אינגעלייט.


די מסורה פון באקן מצות ביי די גדולי הדור האט זיך נאך אנגעהויבן בחייו פונעם שר התורה הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זצ"ל אין זיין באשיידן הויז אין בני ברק, וואו מען האט געבאקן די מצות עטליכע יאר ביז אום חודש אדר שנת תשפ"ב, געציילטע וואכן בעפאר זיין הסתלקות לשמי מרום, און נאך עטליכע יאר וואס די מעמדי אפיית מצות זענען אפגעהאלטן געווארן במעונם פון גדולי ומאורי ישראל, איז דאס יאר פארגעקומען דער מעמד במעונו פונעם פוסק הדור אין ירושלים.


צוליב דעם וואס די באשיידענער דירה פונעם גאון איז צו קליין אריינצונעמען די גאנצע חבורה, די אוויווענעס און אנדערע געצייג, איז די גאנצע מערכה איינגערישט געווארן אינעם פאליש פונעם בנין, וואו עס איז אהערגעשטעלט געווארן א פראוויזארישע מצה-בעקעריי מיט אלע הידורים און חומרות, אויסגעשטאט מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען.


די מלאכת האפיה איז דורכגעפירט געווארן דורך די חבורה פונעם בארימטן מצה-בעקעריי "מצות חבורה בית שמש", וועלכע זענען באקאנט מיט זייער אויסטערלישע זהירות און די חומרות וואס זענען באשטימט געווארן דורכ'ן פוסק הדור הגאון רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל, מיט א זהירות יתירה אז אלעס זאל געטוהן ווערן על צד היותר טוב כחוקת הפסח וכמשפטו.


צום באשטימטן צייט איז דער פוסק הדור ערשינען צום מעמד אפיית מצות, וואו ער האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן סדר האפיה מרישא ועד גמירא, האלטנדיג אן עינא פקיחא אויף יעדן איינציגן פרט פון די מלאכת האפיה, און זיכער געמאכט אז אלעס ווערט דורכגעפירט מיט אלע חומרות והידורים. דער גאון האט אויך זעלבסט עוסק געווען בטירחא דמצווה אינעם סדר האפיה.


ביים ענדע פונעם מעמד, האט דער פוסק הדור ווארעם אנגעוואונטשן די אלע עוסקים במלאכת האפיה, און באזונדער געוואונטשן די ראשי ומנהלי הישיבה. און אויך געבענטשט די אלע מצות וואס וועלן פארטיילט ווערן פאר אלע נגידים ותומכי תורה אין אלע עקן וועלט.



תגובות


bottom of page